סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

מעג א בעל דרשן הנאה האבן פון זיין דרשה / הרב פנחס וויליגער

סנהדרין פב ע"ב

 

מעג א בעל דרשן הנאה האבן פון זיין דרשה
סנהדרין דף פ"ב ע"ב די גמרא פארציילט אז ווען פינחס האט געהארגעט זמרי און כזבי, היתחילו השבטים מבזין אותו הראיתם בן פוטי זה שפיטם אבי אמו עגלים לע"ז, דאס מיינט אז די עולם האט אים אפגעשפעט און געזאגט קוקט נאר אן ווער איז דא די גרויסע קנאי, נישט קיין אנדערע ווי די אייניקעל פון דער וואס האט מפטם געווען די בהמות מקריב צו זיין פאר עבודה זרה. שטעלט זיך די שאלה פארוואס האט די אויבערשטער צוגעלאזט אז מען זאל אים אזוי פארשעמען, נאך האבן געטוהן אזא געוואלדיגע זאך אז דורך אים האט דער רבונו של עולם נישט געהארגעט די יודען ולא כליתי את בני ישראל?

אין הימעל רעכענט מען אראפ
די הייליגע חת"ם סופר גיבט אונז צו פארשטיין מיט אן הקדמה וואס ווערט געברענגט אין אבות דר' נתן (פרק ל"ח) כשתפסו את רשב"ג ואת ר' ישמעאל ווען מען האט געכאפט רשב"ג און ר' ישמעאל צו גיין הארגענען היה רשב"ג יושב ותוהה בדעתו, או לנו שאנו נהרגין כמחללי שבתות וכעע"ז וכו' או וויי איז צו אונז אז זיי גייען אונז הארגענען פונקט ווי אונז וואלטען געהאט געדינט עבודה זרה אדער מחלל שבת געווען אזוי האט רשב"ג ביי זיך געטראכט הויך, האט אים ר' ישמעאל געזאגט רצונך שאומר לפניך דבר אחד ווילסטו אז איך זאל דיר אויף דעם ענטפערען, א"ל אמור, האט רשב"ג געזאגט פאר ר' ישמעאל זאג וואס דו האסט צו זאגן, א"ל האט ר' ישמאעאל געזאגט פאר רשב"ג שמא כשהיית יושב ודורש בהר הבית והיו כל אוכסלי ישראל יושבין לפניך זחה דעתך עליך, א"ל ישמעאל, אחי מוכן אדם שיקבל את פגעו, דאס מיינט צו זאגן אז אפילו רשב"ג האט געלערנט תורה ברבים תורה לשם שמים און גאנץ כלל ישראל איז געקומען הערען זיינע הלכות, פונדעסטוועגען ווייל זחה דעתך האסט דיך געשפירט גוט דערמיט האסט הנאה געהאט אז מען קומט הערען דיינע שיעורין איז אין הימעל רעכענט מען אראפ שכר פון דעם.

די ריכטיגע שכר
טייטש מיט דעם די חת"ס נאך דעם וואס פינחס האט מקנא געווען קנאת ה', אויב וואלט ער נאך דעם געהאט א שמחה פון דעם אין וואלט זיך געשפירט דערהויבען דערמיט וואלט מען אין הימעל אראפגערעכנט פון זיין שכר, וועגען דעם האט די רבונו של עולם מסבב געווען אז די שבטים זאלען אים פארשעמען הראיתם בן פוטי זה, כדי ער זאל נישט צוקומען צו קיין טעות, און וועגען דעם זאגט רש"י בדין הוא שיטול שכרו קרוגט פנחס זיין גאנצע שכר בריתי שלום און מען האט גארנישט אראפגערעכנט פון זיין שכר. והיתה לו ולזרעו אחריו ברית כהנת עולם.

נישט זיין קינד
און מיט דעם געדאנק איז ער מסביר פארוואס אבימלך האט צוגענומען שרה פאר יצחק איז געבוירן וויבאלד די רבונו של עולם האט נישט געוואלט אז בשעת די נסיון פון עקידת יצחק זאל זיך אברהם גרויס האלטן און זאגען יצא לי שם בעולם על הנסיון הגדול הזה, וועט אויסקומען אז ער וועט נישט קענען באקומען זיין גרויסע שכר פארן מקריב זיין יצחק, דערפאר האט די אויבערשטער דירעקט געמאכט אז אז נלקחה שרה לבית אבימלך און מען וועט זאגט דערפאר האט אברהם אבינו געקענט שחט'ן יצחק ווייל ער איז נישט זיין קינד נאר אבימלך'ס קינד, קומט גאר אויס אז אברהם אבינו וועט נאר פארשעמט ווערען דורך שחט'ן יצחק, און פונדעסטוועגען האט אברהם געטוהן די עקידה בשלימות אן קיין שום אנדערע פניות דאס איז די גרויסקייט פון אברהם אבינו.

א געדאנק פון רבי בינום
טייערע ליינערס די אויבענדערמאנטע ענין גייט נאך ווייטער אזוי ווייט אז דאס האט גורם געווען אז מען זאל הרגענען הבל, ווי די רבי ר' בונם פון פשיסחה האט פארטייטש לויט די תרגום יונתן בן עוזיאל וואס זאגט אז קין האט געפרעגט הבל פארוואס האט די אויבערשטער צוגענומען דיין קרבן און נישט מיין קרבן לית דין ולית דיין האט אים הבל געענטפערט ניין מיין ברודער עס איז נישט ווי דו זאגסט נאר וויבאלד דער אויבערשטען טוט גוט פאר צדיקים וועגען דעם האט ער צוגענועמן מיין קרבן ואית למתפרע מן רשיעיא, און ער שטראפט די רשעים, קומט אויס זאגט רר' בונים אז דורך דעם וואס דער באשעפער האט אנגענומען זיין קרבן, האט ער זיך געשפירט אינגאנצען בגייסט אזוי ווייט אז ער איז גאר א צדיק, וועגען דעם איז נגזר געווארן אויף אים מיתה, ווייל די אויבערשטער וויל אז מען זאל אים דינען אן קיין פניות.

די חשמונאים
מען קען מוסיף זיין אז וועגען דעם איז נישט געבליבען פון די בית חשמונאים קיין קיום לדורות ווי די גמרא פארציילט אין מס' קידושין אז ווער עס זאגט אז ער שטאמט פון די חשמואנאים גלייבט מען אים נישט, ווייל זיי זענען אלע אויסגעהארגט געווארען, אלץ אן עונש ווייל זיי האבן גענומען פאר זיך מלכות, וואס דאס געהערט צו שבט יהודה נישט כהנים, וואס דאס האט זיך גענומען נאך די נצחון המלחמה האבען זיי שוין געמיינט אז זיי מעגען נעמען פאר זיך מלכות. מען דארף בלייבן אויף די זעלבע מדריגה וואס מען איזגעווען די מידה פון עניות.

מת אסור בהנאה
מען האט דערמאנט די אבות דר' נתן אז בשעת א בעל דרשן זאגט א דרשה טאר ער נישט הנאה האבען פון זיך האב איך דערמאנט א מעשה פון מיין גרויסע רבין ר' פנחס הישפרונג זצ"ל די רב הראשי פון מונטריאל וואס ער האט געזאגט אז עס וואלט בעסער געווען אז מען זאל אים נישט מספיד זיין ווייל געווענטליך דער בעל מספיד נאכ'ן הספד קוקט זיך אין שפיגעל אין זאטיגט זיך אן מיט זיינע שיינע הספד, אין די הלכה איז אז מת אסור בהנאה.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר