סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

ווי אזוי קען מען ברענגען משיחן שנעלער / הרב פנחס וויליגער

שבועות ט ע"א

 

ווי אזוי קען מען ברענגען משיחן שנעלער
מס' שבועות (דף ט' ע"א) אמר ריש לקיש מה נשתנה שעיר של ר"ח שנא' בו לה' פארוואס שטייט ביי די קרבן מוסף פון ראש חודש ושעיר עזים אחד לחטאת לה', עס וואלט געדארפט שטיין ושעיר עזים אחד לחטאת אן דעם לה', אמר הקב"ה שעיר זה יהא כפרה על שמיעטת את הירח, נאר די רבונו של עולם זאגט אז כלל ישראל זאל ברענגען א קרבן פאר זייניטוועגען ווייל ער האט קלענער געמאכט די לבנה. און ווי די לשון פון רש"י איז להפיס דעתה של לבנה. דארפן מיר פארשטיין פארוואס דארפן אונז יודען ברענגען א קרבן וועגען דעם, די רבונו של עולם כביכול קען דאך אליין זיך איבערבעטן מיט'ן לבנה, פארוואס האט ער אונז געגעבן דעם דזאב.

די לבנה'ס טענה
געבט אונז צו פארשטיין דער גאון ר' אריה יהודה פון בראד דעם בעל לב אריה מיט די גמרא אין מסכת חולין (דף ס' ע"ב) אז די לבנה האט גע'טענה'ט מיט'ן באשעפער אפשר לשני מלכים שישתמשו בכתר אחד, אמר לה לכו ומעטו את עצמך. האט אים דער באשעפער געזאגט אז ער זאל קלענער ווערען, האט די לבנה צוריק גע'טענה'ט צום באשעפער רשב"ע הואיל ואמרתי לפניך דבר הגון אמעיט את עצמי, שטייט אין די גמרא אז דער אייבערשטער האט אים פרובירט איבער צובעטען מיט פארשידענע זאכן, שטעלט זיך די קשיא פארוואס האט אים די רבונו של עולם געדארפט איבער בעטען די לבנה מיט זיין טענה, הואיל ואמרתי לפניך דבר הגון איז נישט קיין גוטע טענה, ווייל מאי חזית דדמא דידך, סומק טפי וואס עפעס איז דיין בלוט רויטע פארוואס דארף די זין קלענער ווערען וועגען דיין טענה אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד, זאלסטו קלענער ווערען.

נישט קלענער נאר גרעסער
איז אויף דעם ענטפערט די מהר"ם שיף אז די כוונה פון לבנה איז געווען נישט אז איינער זאל קלענער ווערען, נאר די זין זאל גרעסער ווערן דאס איז געווען זיין טענה צו הקב"ה פארוואס זאל איך קלענער ווערען זאל די זין גרעסער ווערען, נו אויב אזוי פארוואס טאקע האט די רבונו של עולם נישט גרעסער געמאכט די זין.

דעם אור הגנוז
אויף דעם איז די תירוץ ווייל מתחילת בריאת העולם איז דאך טאקע די זין געווען זייער גרויס ווי עס שטייט וירא אלוקים את האור כי טוב, נאר וויבאלד ראה שאין העולם ראוי לכך, גנזו לצדיקים לעתיד לבא, אז וויבאלד עס וועלען רשעים אויף די וועלט וואס זיין זענען נישט ראוי זיך צו באנוצען מיט אזא גרויסען שיין וואס מען האט געקענט זעהן מסוף העולם עד סוף העולם, האט ער דאס באהאלטען, לעת"ל וואס יאמאלט וועלען אלע זיין צדיקים איז וועגען דעם האט די אייבערשטער נישט געקענט גרעסער מאכען די זין.

אונז זענען שולדיג
קומט אויס זאגט די בראדע מגיד אז וויבאלד לעת"ל וועט זיין ויהי אור הלבנה כאור החמה, ואור החמה יהיה שבועתיים כאור שבעת הימים, זענען מיר יודען שולדיג א יעדעם טאג פארוואס מיר טוען נישט תשובה צו פארעכטען אונזער מעשים כדי די גאולה זאל שוין אנקומען און יאמאלט וועט זיין ויהי אור הלבנה כאור החמה, און זין וועט גרעסער ווערען. וועגען דעם דארפן מיר ברענגען א קרבן.

דער אייבערשטערס קרבן
בכלל דארפן מיר פארשטיין פארוואס טאקע האט די באשעפער באשאפן די זין אין די לבנה די זעלבע גרויס, עס איז דאך דא די טענה אין שני מלכים וכו' נאר די תירוץ איז טאקע וועגען דעם אז מען זאל וויסן אז עס איז דא נאר איין באשעפער ה' הוא האלוקים ומלכותו בכל משלה. אזוי איז מסביר די מהר"ץ חיות אין מסכת חולין, וועגען דעם נאכ'ן קלענער מאכן די לבנה האט די אויבערשטער, געזאגט הביאי על כפרה על שמיעטתי הלבנה, ווייל דורך דעם האבן די גוים אנגעהויבן צו דינען די זין, ווייל וואלט געווען צוויי די זעלבע די זין און די לבנה, וואלטען די אומות בעולם אויך געוויסט אז אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד, קען דאך זיי נישט זיין זייער עבודה זרה, אבער וויבאלד די אויבערשטער האט קלענער געמאכט די לבנה, וועגען דארף ער ברענגען א קרבן.

סעודת משיח
אחרון של פסח פירען חסידים צו מאכן א סעודה צו נעילת החג וואס מען רופט דאס סעודת משיח. ווי דערמאנט אויבען וואלטען מיר דאס זייער גוט פארשטאנען פארוואס דווקא אחרון של פסח מאכט מען א סעודת משיח, עס איז א סתירה ווען קריעת ים סוף איז געווען די זיבעטען טאג פסח, צו די אכטע טאג. רש"י פרשת בשלח זאגט בז' של פסח שחרית עברו על הים, לכך קורין השירה בז' של פסח, דערנאך אין פרשת שלח ביי די פרשה פון ציצית , שרייבט רש"י אז וועגען דעם האבען מיר שמונה חוטין אין די ציצית, כנגד שמונה ימים ששהו ישראל כשיצאו ממצרים עד שאמרו שירה על הים.

ווען האט מען געגעבן די תורה
אן ענדליכע קשיא איז דא לגבי מתן תורה ווי די מגן אברהם ברענגט עס צו ס' תצ"ד בשם הריב"ש, אז וויבאלד די יודען זענען ארויס פון מצרים אין א דאנערשטאג, ולכו"ע בשבת ניתנה תורה, קומט דאך אויס אז די תורה איז געגעבן געווארן די איין אין פופציג טעג, נישט פופציג, אויב אזוי ווי אזוי זאגען מיר ביום חמישים זמן מתן תורתינו.

די שם שלמה ענטפערט
ענטפערט אויף דעם דער מונקאטשער רב די שם שלמה אז אין זוה"ק פ' בא (דף ל"ח ע"א) שטייט אז די נאכט וואס די יודען זענען דורך די ים סוף הי' אור ויום לישראל כתקופת תמוז, אז עס האט געשיינט די זין א גאנצע נאכט. קומט אויס אז די זיבעטען טאג פסח און די אכטע איז געווען גערעכנט כיומא אריכתה ווי איין לאנגע טאג. קומט אויס אז די נתינת התורה איז טאקע געגעבן געווארן אין די פופציגסטע טאג ליציאת מצרים.

די מנחת אלעזר ענטפערט
אין מיט דעם זעלבן גאנז ענפערט די מנחת אלעזר די סתירת רש"י אז באמת איז מען דורך די ים סוף אכטע טאג, נאר וויבאלד די נאכט איז געווען לילה כיום יאיר די זין האט געשיינט, איז עס גערעכענט נאר ווי המשך צום זיבעטן טאג די שביעי של פסח וועגען זאגן מיר שירה שביעי של פסח און נישט ח' פסח צו ווייזן די דאזיגע נס, אזוי שטייט אין שו"ת מנחת אלעזר (ח"ב ס' מ"ב).

פארוואס מישט מען זיך אחרון של פסח
האב איך געטארכט אז וועגען דעם אחרון של פסח מישט מען זיך יודען וואס א גאנץ פסח עסט מען נישט ביי יענעם נאר באזיך, אבער אחרון של פסח אדרבה איז גאר געווען א קפידה ביי די גרויסע רבי'ס זיך יא צו מישען הלמאי? נאר וויבאלד מען האט געזעהן אז די נאכט פונעם אכטען טאג איז געווען לעכטיג די זין האט זיך געמישט אין די נאכט פון אחרון של פסח וועגען דעם מישין מיר זיך אויך, און נאר מער וויבאלד מיר זעהן אז די לבנה האט געלאסט די זין אריינקומען אין זיין שטח און גארנישט געזאגט און נישט געטענה'ט אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד, נאר אדרבה זיך אינגאנצען אוועקגעריקט און געלאסט די זין שיינען כתקופת תמוז. דאס איז טאקע משיח צייטען, וויבאלד יאמאלט וועט זיין והיה האור הלבנה כאור החמה, א יעדען וועט זיך פארגינען די צווייטע וועגען רופט מען אן אט דעם סועדה סעודת משיח.

האלט נישט אפ די גאולה
זאלען מיר שוין טאקע זוכה זיין צו דעם צו זעהן א יעדערער אוועק צו ווארפן זייער מחלוקת דורכ'ן טענה אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד, איז אפשר וועלן מיר זוכה זיין שנעלער צו משיח'ן וואס דאמאלט וועט טאקע זיין ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד, איינס איז נאר די רבונו של עולם, אחד אלוקינו שבשמים ובארץ, וועט מען טאקע די ראש חודש אדר קענען מתפלל זיין ושעיר עיזים נעשה ברצון, נאר לרצון אין נישט לחטאת הביא עלי כפרה, און משנכנס אדר מרבים בשמחה, בשמחת הגאולה האמתית במהרה בימנו ממש.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר