סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

קינדער ווי ר' שמעון / הרב פנחס וויליגער

מכות יז ע"ב

 

קינדער ווי ר' שמעון
מכות דף (י"ז ע"ב) די גמרא ברענגט פארשידענע ברייתא'ס פון ר' שמעון ווי אזוי ער פארטייטש פסוקים אויף וואס פאראן אופן די פסוק רעדט זיך דערנאך קומט צו גיין רבא אין זאגט, אמר רבא דילידא אימיה כר"ש תיליד, פארטייטש רש"י, כל שאמו יולדת תבקש רחמים יהי רצון שיהא כר"ש, אז די מאמע'ס זאלען בעטען ביים רבונו של עולם זי זאל האבען קינדער ווי ר' שמעון, ואי לא, אין אויב נישט, לא תיליד זאל זי נישט האבען קיין קינדער, אין רבא פירט אויס ואע"ג דאית להו פירכא, כאטש אפילו עס איז דא א פירחא אויף ר' שמעון'ס פשעטיל, דאס מיינט מען קען עס אפפרעגען, אין ווי די גמרא ברענגט אראפ ווי רבא האט טאקע אפגעפרעגט אלע דרשות פון ר' שמעון.

וואס האט רבא געמיינט
אין ספר שיח יצחק איז דא א פשט אזוי, די גמרא אין מס' נדה דף ל"א ע"ב זאגט אז בשעת א אשה איז יולדת, נשבעת שלא תזקק לבעלה יותר, זאגט דארט ר' שמעון אז נאכ'ן גיבורט האט זי חרטה אויף די שבועה, וועגען דעם האט די תורה געזאגט אז א יולדת דארף ברענגען א קרבן, טייטש מיט דעם די שיח יצחק, אז אויב די ערשטע קינד וועט טאקע אויפוואקסען ווי ר' שמעון יאמאלט איז רעכט אז זי זאל חרטה האבען אויף איר שבועה, ואי לא, לא תיליד, אין אויב נישט איז נישט כדאי אז זי זאל חרטה פון איר שבועה, דאס איז פשט אין די לשון דילידא אמיה, אז זי האט שוין געהאט א קינד, און זי האט שוין קופכת ונשבעת שלא תזקק לבעלה, איז קען זי חרטה פון איר שבועה נאר דאן כר' שמעון תלד, אז זי וועט האבען קינדער ווי ר' שמעון.

א ביאור נפלא פונעם ערוך לנר
די גרויסע גאון ר' יעקב יוקב עטלינגער זצ"ל, די פארפאסע פון די באקאנטע ספר ערוך לנר שרייבט א גאונ'ישע כאפ, ערשטענס דארפען מיר דערמאנען וואס די גמרא פירט אויס נאכען רבא'ס אפפרעגען ר' שמעון, אלא מאי דילידא אימיה כרבי שמעון, פרעגט די גמרא פארוואס די רבא האסטו אזוי משבח ר' שמעון פונקט ביי די דרשת וואס די פרעגס אזוי אפ, ענטפערט אים רבא דלמאי דסבירא ליה לדידיה, אז דאס וואס ר' שמעון האלט, מסרס ליה לקרא ודריש ליה, טוט ער אזוי מהפך זיין די פסוקים אויף אזא שיינעם אויפן כדי עס זאל אלעס שטועמן אזוי ווי ער האלט, און ווי תוס' איז מפרש אז כסדרו וואלט ער געדארשענט די פסוקים כסדר ווי עס שטייט אין תורה וואלט נישט אויסגעקומען אזוי ווי ער הלאט, סיידן מען זאגט אז דער ערשטער פוסק איז מגלה א דין וואס שטייט דארט אינעם לעצטען פסוק, אין פונעם לעצטען פסוק א דין צום ערשטען פסוק, דארף מען פארשטיין יאמאלט וואס איז דער גרויסע חשיבות, אז דער פשט איז דאך נישט דער עיקר פשט.

א ראיה פון א יולדת
נאר זאגט די ערוך לנר, אז די גמרא זאגט אשה כי תזריע וילדה אשה זכר, אשה מזריע תחילה ילדה זכר, זענען די מפרשים מסביר, אז דער מזריע תחילה נותן חומר, און די מזריע בסוף נותן צורה, קומט אויס, אז ביי די הזרעת ולידת האשה, גיבט די סוף די צורה, צו די תחילה די חומר אויב אזוי איז נישט קיין ווינדער אז ר' שמעון האט געזאגט אז די פוסקים וואס שטייט שפעטער געבט דעם פירוש צום פסוק וואס שטייט פריער, און דאס האט רבא געזאגט אויף דרש פון ר' שמעון, דילידא אמיה כר' שמעון תיליד, אז דאס וואס א זכר ווערט נולד דורך די מאמע דילידיא אימיה, איז נאר כר' שמעון תיליד לויטן דרך פון ר' שמעון'ס דרש אז די סיפא איז מגלה לרישיה אז דער איש וואס איז מזריע שבסוף קומט צוזאמען מיט'ן חומר אין דאס ווערט דעם עיקר די זכר, ואי לא, לא תיליד, ווייל אויב נישט קען מען נישט האבען קיין קינדער, ווי עס שטייט אין פסוק אשה כי תזריע צום ערשט, דערנאך קען זיין וילדה זכר.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר