סקר
ללומדים דף יומי בלילה - איזה דף אתם לומדים?




 

ווער זענען די בעלי מחלוקת / הרב פנחס וויליגער

בבא בתרא קמה ע"ב

 

כל ימי עני רעים וטוב לב משתה תמיד איז פארהאן אין די גמרא עטליכע פירושים ר' יהושע בן לוי איז מפרש דעם פסוק כל ימי עני רעים זה שדעתו קצרה, וטוב לב משתה תמיד זה שדעתו רחבה, וואס מיינט דאס שדעתו קצרה, איז רש"י מפרש עצרן וקפדן עינו רעה בשלו ובשל אחרים די רבינו גרשם זאגט סתם שדעתו קצרה רגזן, א רעגערדיגע מענטש.

א חסידישען תירוץ
טייערע ליינערס וואס מיינט דא רש"י ווער ער זאגט עינו רעה בשלו ובשל אחרים עס קען זיין אז ער רעגט זיך אויף אויף זיינע אייגענע געברויכען ווי למשל זיינע פארמעגען זיינע חפצים אז אלעס מיז קלאפען אין זיין פונקטלעך ווי ער וויל, אבער לגבי יענעם'ס זאכען פארוואס זאל ער זיך אויפרעגען אין האבען א עין רעה און נישט פארגינען זיין חבר אדער סתם א צווייטע יוד.

מען דארף זיך ליב האבן
רבותי! רש"י קומט אונז דא לערנען א פסיכאלאגישע ערקלער אויב א מענטש איז נישט צופרידען פון זיך אליין קען ער נישט זיין צופרידען פון יענעם אזוי איז דאס נאטיר אוועקגעשטעלט. עס קען גאר ניט זיין אנדרעש, האט מען זיך ליב קען מען יענעם אויך ליב האבען אויב ניט קען ניט זיין אז ער זאל א צווייטע יוד אויך ליב האבן ווי צדיקים האבען געטייטשט ואהבת לרעך כמוך ווי שטייט בכלל אז מען דארף זיך ליב האבן נאר דאס ליגט אין דער פסוק ואהבת לרעך, ווי אזוי וועסט, קענען ליב האבען דיין חבר, כמוך נאר אז דו ווייסט ווי אזוי זיך אליין ליב צו האבען וויסען וואס דיינע פעיגקייטן זיינען, געווער צו ווערען דיין אינורליכען כוחות אין זיין א משמח בחלקו מיט וואס די רבונו של עולם האט עם געשאנקען דעמאלט וועט ער קענען יענעם אויך ליב האבען און פארגינען וואס א צווייטע יוד האט, און וועט זיין וטוב לב משתה תמיד זה שדעתו רחבה, איז ער ביי זיך א טוב לב צופרידען מיט זיך, ער קען האבען דעם רחבה אבריייטע פארשטיי מיט א צווייטע.

ווער זענען די אומציפרידען
קוקט נאר ארום אין בית מדרש אין זעט ווער זענען די מענטשען וואס גייען ארום בארעדען אנדערע אין פארציילען לשון הרע, אדער סתם בעלי מחלוקתן, וועט איר זעהן אז דאס זענען מענטשען וואס גייען אריין אין די אויבערנדערמאנטן גדר פון כל ימי עני רעים, זענען נישט צופרידען פון זייערע אייגענעם פירזענליכען לעבען, דערפאר רעדען זיי אויף יענעם. זיי האבען נעבאך נישט מיט וואס צו זיין פארנימען, דעתו קצרה, איז ער תמיד פארנומען מיט א צווייטען, און פארגינען נישט קיינעם, עינו רעה בשלו ובשל אחרים.

ווי אזוי ווערט מען א טוב לב
זייענדיק אין לייקוואד אויף וואקאציע פרעגט מיר א ישיבישע יונגערמאן ווי אזוי ווערט מען א טוב לב משתה תמיד ער וואלט שטארק געוואלט זיין א מגיד שיעור אדער א ראש הישיבה, אין דערווייל איז ער נאך געבליבען א סתם כולל יונגערמאן, ער איז זייער צובראכען ביי זיך, אפשר קען איך אים מחזק זיין.

אן עצה פונעם איזביצא
האב איך אים איבערגעזאגט א זייער טייערע ווארט וואס איך האב געזעהן פון הייליגען איזביצא אין זיין ספר מי השליח אין פרשת במדבר, מיר טרעפען צוויי שבטים וואס זענען צוגעגליכענט ווי א לייב, אין פרשת ויחי גור אריה יהודה, אין פרשת וזאת הברכה דן גור אריה יזנב מן הבשן, אויך ווייסען מיר אז שבט יהודה איז געגאנגען פאראויס אין מדבר, אויף מזרח, אין שבט דן איז געוועזען אויף אינטין מאסף לכל המחנות, לערענט אונז די תורה, אז אז א יעדערער אויף זיין ארט אויף זיין מדריגה דארף דורכפורען זיין שליחות, איש על מחנהו ואיש על דגלו, זיין צופרידען מיט זיך וועגען דעם ווערען די ביידע שבטים אנגערופן די זעלבע נאמען אריה, ווייל זיי זענען ביידע די זעלבע חשוב, גיכט יהודה וואס גייט אין פארענט, און שבט דן וואס צום לעצטע, ביים באשעפער איז ניט קיין נפקא מינא צו ביסטו א ראש הישיבה, אדער א כולל יונגערמאן, דאס עיקר איז אז דו ערפילסט דיין תכלית, וואס דערוויילע מיינט דאס אז די בלייבסט א כולל יונגערמאן און די זיצט נישט אויבענאן ווי שבט יהודה, נאר פון אונטן צו בית מדרש ווי שבט דן, אין נאר אזוי קאן ער זיין א וטוב לב משתה תמיד, דער ליטווישע יונגערמאן האט מיר געזאגט א גרויסע יישר כח פאר די דברי חיזוק.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר