סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

א מקוה פון פייער / הרב פנחס וויליגער

בבא בתרא צא ע"א

 

אמר רב חסדא עוברא דכופא זה אור כשדים, די גמרא שמועסט דא ארום וועגן אברהם אבינו, זיין גרויסקייט, און אפגעזינדערקייט פון אלע מענטשען פון די גאנצע וועלט, ביז ער קומט צו צו די מעשה פון אור כשדים, ווען נמרוד האט אים אריינגעווארפן אין א קאלעך אויווען, און ער איז ארויסגעקומען פון דארט אומבארירט, און רש"י דערמאנט טאקע דא אויפן ארט, אז וועמען עס קומט אויס צו זעהן דעם ארט ווי אברהם אבינו האט געלאזט פארברענט ווערן, דארף זאגן ברוך שעשה ניסים לאבותינו במקום הזה.

אברהם אבינו מיט נמרוד
מיר זאגן ביים דאווענען יעדן טאג אתה הוא ה' האלוקים אשר בחרת באהרם והובאתו מאור כשדים ושמת שמו אברהם וכו',
אין סידור תפלה ישרה, מער באקאנט מיט'ן נאמען בארדיטשוב'ער סידור, איז געפינטעלט, און אנגעצייכענט די ווערטער מיט דעם ראשי תיבות אתה הוא ה' האלוקים, אז דאס איז דער שם אקי"ה, דארף מען דאך פארשטיין, ווי קומט אהער דער שם אקי"ה, פארוואס פונקט דער שם, לאמיר זאגן אז עס דארף דא שטיין מרומז א שם, אבער, פארוואס דוקא דער שם, פארוואס איז נישט גוט דער שם הוי"ה, אדער אלוקים, אדער אדנ"י?
נאר מען קען עס פארענטפערן אזוי, אז פארוואס די ערשטע נסיון, פאר דעם ערשטע יוד, איז געווען פונקט, מיט פייער, די מעשה פון אור כשדים, עפעס ליגט דאך זיכער דערין, עס מאכט זיך נישט סתם אזוי, אז דאס זאל זיין די ערשטע נסיון, און די הינגער אין לאנד כנען די צווייטע, און די עקידה, פונקט די לעצטע, אלעס האט א חשבון, גארנישט גייט נישט פון זיך אליין, נו! דארף מען דאך פארשטיין.

ר' אבהו'ס תירוץ
נאר די גמרא אין סנהדרין דף ל"ט ע"א ברענגט א דיסקוסיע צווישן א מין, א אפיקורס מיט ר' אבהו, א"ל ההוא מינא לר' אבהו, אלקיכם כהן הוא, דכתיב ויקחו לי תרומה, כי קבריה למשה, במאי טביל וכו', א"ל בנורא טביל, דכתיב כי הנה ה' באש יבא, ומי כלהא טבילותא נורא, א"ל אדרבה עיקר טבילותא בנורא הוא, דכתיב וכל אשר לא יבא באש תעבירו במים, דאס מיינט אזוי: א אפיקורס האט אנגעטראפען ר' אבוהו, און געפרעגט, ענקער באשעפער איז דאך א כהן, איז ער דאך אומריין געווארן פון דער באגרעבעניש פון משה רבינו, אויב אזוי ווי האט ער זיך דערנאך גע'טובל'ט, אין וואסער, ער איז דאך שטערקער פון אלע וואסערען? האט ער אים געענטפערט, אז דער אייבישטער האט זיך גע'טובלט אין פייער, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, הנה ה' באש יבא, איי! וועט עיר פרעגן צו איז דען פייער א גוטע מקוה, ווי זעהן מיר אז פייער זאל ווערן גערענט פאר א גוטע מקוה? זאגט ר' אבוהו, פונקט פארקערט, די בעסטע מקוה, וואס איז נאר פארהאן, איז פייער, און וואס מ'קען כרש'ן און גליען אין פייער, דארף מען טאקע דארט טובל'ען, נאר וכל דבר אשר לא תעבירו באש, תבעירו במים, א זאך וואס עס איז נישט מעגליך צו טינקען אין פייער, פאר די זאך איז וואסער אויך גוט, נו – א מענטש, קען זיך טובל'ען אין פייער?! לאזט מען אים זיך טובל'ען אין וואסער, אבער דער גרויסער באשעפער, ער קען דאך אלעס, האט ער זיך דעמאלטס נאך משה רבינו'ס לויה, געטובל'ט אין פייער.

דעם באשעפערס א קינד
שטעלט זיך די פראגע פארוואס האט ער אים נישט געפרעגט, ווי אזוי דער אייבישטער האט זיך בכלל געקענט מטמא זיין צו משה רבינו, א כהן מעג זיך דען מטמא זיין לכתחילה פאר א פרעמדע מת, איז תוס' ענטפערט אויפן ארט דארט אין סנהדרין, אז יודען זענען דאך בנים אתם לה' אלקיכם, - פאר א קינד מעג זיך א כהן יא מטמא זיין, וועגן דעם איז די גאנצע שאלה נאר געווען, ווי אזוי דער באשעפער האט זיך דערנאך מטהר געווען, די מהרש"א ענטפערט, אז משה רבינו איז געווען ווי א מת מצוה, ווייל קיים שום יוד האט זיך נישט געקענט מיט אים באפארען, ביי זיין לויה, וויל קיינער האט דאך נישט געוואוסט ווי ער ליגט באגראבען, ולא ידע איש את קבורתו, נו, צו א מת מצוה, מעג זיך א כהן אויך מטמא זיין...

דעם באדייט פונ'ם אור כשדים
אלנפאלס זעהט מען פון דעם אויבנדערמאנטן גמרא, אז די עיקר טבילה, איז פייער, די בעסטע מקוה איז פייער, נו, דער ערשטער יוד, דער מייסד, דער גרינדער פונ'ם פאלק ישראל, גייט ווערן א יוד, די ערשטע נסיון, די ערשטע געלעגנהייט ארויס צו ווייזן געטריישאפט, פאר דעם גרויסן באשעפער, איז צום ערשט, א טבילה אין דעם ריכטיגען מקוה, אין די מהודר'דיגסטע מקוה, וואס איז נאר פארהאן, און דערנאך, קען שוין דער כלל ישראל ווערן געגרינדעט ווי מען זעהט טאקע אז גלייך נאך דעם מקוה, זאגט אים דער אייבישטער, ואעשך לגוי גדול, אז דער אידישער פאלק, קומט ארויס פון דיר.

כוונת המקוה
אין כתבי האר"י שטייט, אז איינע פון די כוונות פון מקוה, איז שם אקי"ה וואס במילוי אל"ף ה"ה אין יו"ד אין דערנאך ה"ה, איז בגמטריא פונקט 151 – מקוה, אויב אזוי איז דאך זייער רעכט, אתה הוא ה' האלוקים, איז די ראשי תיבות פון דעם שם פון מקוה, און רעכט דערנאך אשר בחרת באברם והובאתו מאור כשדים, אז כדי עס זאל זיין א בחרת באברהם, א אשר בחר בנו, אן עם הנבחר א כלל ישראל, האט געדארפט זיין א ברענענדיגע מקוה אין אור כשדים.

הוציאוה ותשרף
מיט דעם קען מען אויך געבען צופארשטיין פארוואס תמר האט געמיזט דורך גייען א גזירה פון הוציאוה ותשרף וויבאלד פון איר איז ארויסגעקומען שלשלת מלכות בית דוד און משיח האט זי געמוסט אדורך גיין א מקוה של אש בבחי' כל העומד לשרוף כשרוף דמי
און כדי צו ממתיק זיין דער עניין ווילן מיר אראפברענגען וואס די רבינו בחיי שרייבט אז די ר"ת פון ויאמר י'הודה ה'ציאוה ו'תשרף ה'יא מוצאת איז ר"ת שם הוי"ה ע"כ ולענינינו דאס אי דערפאר כדי מרמז זיין די עניין פון א מקוה ווי עס שטייט אין פסוק מקוה ישראל הוי"ה.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר