סקר
ללומדים דף יומי בלילה - איזה דף אתם לומדים?




 

פלייש מיט וויין / הרב פנחס וויליגער

בבא בתרא נט ע"ב

 

ר' יהודה בן תימא אומר אדם הראשון מיסב בגן עדן היה והיו מלאכי השרת צולין לו בשר ומסננים לו יין, הציץ בו נחש וראה בכבודו ונתקנא בו. די מלאכים האבען געבראטען פלייש פאר אדם הראשון אין גענעצט די וויין, מען פרעגט אויפן לשון מסננים לו יין, עס וואלט געדארפט שטיין סוחטו לו יין אויסקוועטשען די וויין.

א רפואה פארן מאגען
נאר מען קען דאס פארענטפערען מיט אן הלכה וואס ווערט אראפגעברענגט אין רמב"ם הל' כלי מקדש (פ"ז הל' י"ד) הכהנים מפני שהן עומדין על הריצפה תמיד ואוכלין בשר הרבה ואין עליהם בגדים בשעת העבודה, אלא חלוק אחד הם חולין במעיהן, דאס מיינט וויבאלד די כהנים שטייען בארפיסיג, און עסען שטייענדיג אסאך פלייש ווערען זיי קראנק אויף זייער מאגען, לפיכך מעמידין ממונה אחד שיהיה מבקר אותן, ומרפא כל תחלואיהן, האט מען געשטעלט א דאקטער אין די עזרה פונעם בית המקדש, וואס ער זאל זיך באשעפטיגען זיי צו היילען, אין די רמב"ם פירט ניט אויס ווי אזוי ער האט זיי אויסגעהיילט.

א דאקטער אין בית המקדש
די מקור פון דעם רמב"ם איז א ירושלמי אין מסכת שקלים (פרק ה' הל' א') ווי די גמרא רעכענט אויס צו ווי די געלט פונעם תרומת הלשכה איז געגאנגען זאגט די גמרא אז בן אחיי' האט אויך באקומען געלט פון די תרומת הלשכה ווייל ער איז געווען ממונה אויף חולי מעיים, שטייט דארט אין ירושלמי ע"י שהיו הכהנים וכו' אוכלין בשר ושותין מים היו באין לידי חולי המעים האט די ירושלמי פארשטאנען אז פלייש און וואסער טויג ניט פארן מאגען, אין די כהנים האבען ניט געטארט טרינקען וויין אין די עזרה האבן זיי ניט געהאט קיין ברירה נאר צו טרונקען וואסער און דאס האט גורם געווען אז זיי זאלען האבן צוטוהן מיטן בויך.

א קשיא אויפן רמב"ן
שטייט דארט ווייטער אין די ירושלמי אז דער בן אחיי' הוה ידע האי דין חמר טב למעייא, והאי דין חמר סמס למעייא, אז ער האט געוויסט וועלכע וויין איז גוט פאר זייער מאגען, און וועט זיי אויסהיילען, און וועלכע וויין איז ניט גוט פאר די מאגען, אגב לויט די ירושלמי איז זייער שווער צופארשטיין די באקאנטען רמב"ן אין פרשת בחקתי כ"ו י"א וואס שרייבט מה לרופא בבית צדיקים, אז וואס האט א דאקטער צו זיכען אין א שטוב פון א צדיק, און דא טרעפען אז אין דעם בית המקדש האט מען דעדארפט א דאקטער.

די מלאכים וויסען די סוד
מיט דעם וועלען מיר שוין זייער גוט פארשטיין די גמרא ביי אונז, אז וויבאלד צולין לו בשר, די מלאכי השרת האבען געבראטען פאר אדם הראשון פלייש וועגען דעם מסננין לו יין האבען די מלאכי השרת געמאכט ספעציעלע וויין גוט אויסגעזופט און אויסגעמישט וויבן אחייא'ס רעסעפי, כדי אז עס זאל זיין גוט פארן מאגען וואס האט געגעסן פלייש.

פארוואס האט זיך נח אנגעטרונקען
קען מען צולייגן בדרך הלצה, פארוואס האט נח איינגעפלאנצט א וויינגארטען בוים נאכ'ן מבול און זיך אזוי שטארק אנגעטרונקען, הלמאי פונקט א וויינגארטען נאר וויבאלד די רבונו של עולם האט אים יעצט אנגעזאגט כל רמש אשר הוא חי לכם יהיה לאכלה, כירק עשב נתתי לכם את כל, אז יעצט מעג ער אנהייבען צו עסען פלייש, וועגען דעם האט נח גלייך אנגעפלאנצט דווקא א וויינגארטן בוים, און געטרונקען כדי ער זאל האבען וואס מיט צו טרונקן מיט די פלייש, ווייל דאס איז די איינציגע געטראנק וואס איז גוט פארן מאגן.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר