סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

געדענקן – אדער אויסמעקען? / הרב פנחס וויליגער

בבא בתרא מו ע"ב

 

די גמרא ביי אונז ווען עס רעדט וועגן די הלכות פון מלוה מיט לווה, ערב, מיט א קבלן, איז ווי זיין שטייגער איז, מאכט ער א סימן בעפאר מען גייט אריין אין די דאזיגע הלכות, זאגט ער אזוי, עמל"ק סימן – אז די קומענדיגע סוגיא זענען ענינים וואס הייבן זיך אן מיט די ווערטער פון עמל"ק, ערב מלווה, לוקח, קבלן. שטעלט זיך די פראגע, ווי מעג מען מאכן א סימן מיט א נאמען, וואס די תורה פאדערט אונז אויסצומעקן זיין זכר, תמחה את זכר עמלק, לא תשכח, מען מעג נישט פארגעסן און עס ברויך שטענדיג ליגן ביי אונז אויפ'ן געדאנק, אז מען דארף אים אויסמעקען?
זאגט דער יעב"ץ – ר' יעקב עמדין דא אויפן ארט, אין די הגהות, אז מיר זעהן אין זוהר הקדוש, בי די פרשה פון עשרת הדברות. די אלע לאווין וואס עס ווערט דארטן אויסגערעכנט, זאגט דער זוהר, אז בדרך רמז קען מען אפטיילען צווישן דעם לא, מיטן תרצח, אדער צווישן דעם לא, מיטן תנאף, ווייל יעדע זאך וואס עס איז פארבאטען צו טוהן, איז דא א מעגליכקייט עס צו טוהן בדרך היתר, תרצח, א בית דין מעג הרג'ענען, תנאף, ביי די מצווה פון יבמה, מעג מען חתונה האבן מיט דעם ברידער'ס פרוי, א.א.וו. די זעלבע זאך זאגט דער יעב"ץ קען מען אויך צושטעלן ביים דעם דאזיגן לאוו, לא, תשכח, עס איז דא אמאל וואס איר מעגט יא פארגעסן פון דעם חיוב, אים אויסצומעקן, ווען איז דאס, אז מען וויל אים ניצען פאר א סימן ביים לערנען, עס זאל אים העלפען, מקיים צו זיין מצוות לימוד התורה, דעמאלטס מעג מען יא, און ער פירט נאך אויס דארטן אז עס איז אינטערעסאנט אז ביי די טראפן ווי אזוי צו ליינען, די טעמי המקרא, איז דא א טפחא, אונטער דעם לא, צו ווייזען אזמען קען עס אפטיילען, און מען קען ליינען תשכח, אהן דעם לא.

מאכט א סימן
מיר איז איינגעפאלען א שיינע תירוץ, אויף דעם אויבנדערמאנטע קשיא, ווי אזוי מען מעג דערמאנען פאר א סימן דעם עמלק, וואס מען איז מחויב אים אויסצומעקן, נאר עס איז דאך באקאנט אז עמלק האט אריינגעברענגט דעם יודישען פאלק דעם כח פון שכחת התורה, ווי לאנג עמלק איז נישט געקומען, האט יעדער יוד וואס ער האט געלערנט, באלד געדענקט, עס איז אריין אין קאפ, און מער פון דארט נישט ארויס, און עס איז דאך זעלבסט פארשטענדליך, די תורה איז דאך נצחיות, אן אייביגקייט, א דבר רוחני, טא, פארוואס זאל זיך עס אזוי שנעל פארגעסן, נאר וואס דען דער עמלק מיט זיין געוואלדיגע טומאה, אשר קרך, האט ער מטמא געווען די אידישע מוחות, און שוואך געמאכט דעם געדענקן קראפט, דעם כח הזיכרון צוגענומען פון אונז, און פון דעמאלטס דארפן מיר זיך ברעכן קאפ, זיך מיטשען און פלאגן, אין זיכען אלע מיטלען וואס מעגליך, נישט צו פארגעסן די תורה וואס מיר לערנען, נו, און דאס איז דאך א בן איש חי, אז א סימן איז איינער פון די בעסטע מיטלען וואס העלפט צום כח הזיכרון, זיך צו מאכן א סימן, א ווארט וואס איז לייכט צו געדענקען, און עס זאל אין זיך ענטהאלטען, דעם עיקר זאך וואס ער דארף זיך דערמאנען, און עס האט א שיינע מקור פון א רמז, די ערשטע משנה אין מסכת אבות, שטייט משה קבל תורה מסני, אז איינער וויל מקבל זיין די תורה, מיט א קנין עולמי, א ריכטיגע קבלה, זאך ער זיך מאכן א סימן, מסיני, איז די זעלבע אותיות ווי סימן – קיבל תורה – מסיני, קבלת התורה, איז נאר מיט א סימן, נו, אויב אזוי, איז דאך נישט מער ווי רעכט, מיז מען דאך טאקע ניצען דעם עמלק זעלבסט, וואס ער איז דער סימבאל פון שכחת התורה, וואס ער האט פארפירט און געארבעט, נאר צו מאכן פארגעסן די תורה ביי אידען, און ניצען זיין נאמען, פאר א סימן צו געדענקן תורה, דאס איז די גרעסטע מפלה, וואס ער וואלט זיך נאר אמאל אויסגעמאלט?

עמל"ק – די מנהיגים פון כלל ישראל
בדרך הרמז קען מען פארענטפערן די קשיא, מיט א מגלה עמוקות, וואס ער שרייבט אין א ארט אז די ראשי תיבות פון עמלק, איז עמרם משה קהת לוי, ער האט דארטן א גאנצן אריכות בדרך קבלה, מבאר צו זיין די מלחמה פון די קדושה מיט די טומאה, און די ניצוצות וואס עמלק שעצט פון די קדושה, אבער נישט דאס ווילן מיר דא צושטעלן, נאר די שואל ומשיב – רבי יוסף שאול הלוי נאטאהנזאהן זצ"ל – ברענגט אין זיין הקדמה א גאר אינטערעסאנטען מאמר, ער זאגט אז מיר זעהן אז די וואס האלטן אויף די תורה, די גדולי ישראל אין אלע דורות, און ספעציעל די פוסקים, די מפרשים אויפן שלחן ערוך, זענען אלע געווען כהנים אדער לויים, צום ביישפיל דער סמ"ע, ש"ך, ט"ז, מג"א, של"ה, קצות, נודע ביהודה, הפלאה, אזוי ווי עס שטייט יורו משפטיך ליעקב, שבט לוי דאס איז די שבט וואס האלט אויף די תורה, ער ברענגט דאס צו לגבי דעם וואס ער איז אויך געווען א לוי, איז דאך זייער שיין, זיי די 4 לויים פון כלל ישראל לוי, זיין זון קהת, עמרם, און משה רבינו, זיי האבן געברענגט די תורה אויף די וועלט און זיי האלטן אויף די תורה, אין זיי היטן אפ די תורה, אז עס זאל נישט פארגעסן ווערן. איז דאך זייער שיין צו נעמען דעם נאמען, און דאס ניצען אלץ א סימן צון געדענקן תורה, וואס שבט לוי, איז דער סימבאל פון געדענקען תורה, און מען מיינט גארנישט דעם עמלק, וואס אונז אלע ווייסן מיר, מען מיינט דעם עמלק פון דעם מלגה עמוקות, די ראשי ומנהיגים פון כלל ישראל, די שבט לוי.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר