סקר
בעקבות מסכת שקלים - האם תרצה ללמוד עוד מסכת מהתלמוד הירושלמי?





 

אא"כ מבקשין ממנו ממון ואין לו / הרב פנחס וויליגער

ראש השנה ו ע"א

 

מסכת ר"ה (דף ו' ע"א) אלא בך חטא ולא באשתך חטא סד"א הואיל וא"ר יוחנן ואי תימא ר' אלעזר אין אשתו של אדם מתה אא"כ מבקשין ממנו ממון ואין לו שנאמר אם אין לך לשלם למה יקח משכבך מתחתיך אימא בהאי עון דכל תאחר נמי אשתו מתה קמ"ל פרעגט שוין תוס' תוס' ד"ה אא"כ אז די גמ' אין מסכת שבת (דף ל"ב ע"ב) שטייט פונקט פארקערט דתניא ר' נתן אומר בעון נדרים מתה אשתו של אדם שנאמר אם אין לך לשם למה יקח משכבך מתחתיך והא דדריש הכא בך חטא ולא באשתך חטא מיירי במשלם אח"כ אלא שעבר בכל תאחר:

אינטרעסאנט טרעפען מיר אין מדרש תנחומא אז די אלע זאכען וואס די אויבערשטער האט געברענגט אויף יעקב אבינו גייענדיג פון לבן'ס הויז ביז ארץ ישראל איז כדי צו דערמאנען אז ער דארף ברענגען זיין נדר וואס ער האט צוגעזאגט וידר יעקב נדר שטייט דארט אזוי בתחילה הביא עליו את המפגש עם עשו, שלקח ממנו את כל הדורון שהביא לו, כדי שעל ידי זה יעקב יתבונן ויבין שהוא צריך לשלם את נדרו, ויעקב לא הרגיש, אח"כ הביא עליו את ההתאבקות עם שרו של עשו, שעשה אותו צולע, וגם לא הרגיש, הביא עליו צרת דינה, וגם לא הרגיש, ורק אחרי כל זה המית הקב"ה את רחל אשתו של יעקב, שאולי עי לידי זה יתעורר ויבין שהוא צריך לשלם את נדרו, אך גם אז יעקב לא הרגיש, אז אמר הקב"ה "עד מתי יהיה זה צדיק לוקה ואינו מרגיש באיזה חטא הוא לוקה" הריני מודיעו, שנאמר 'ויאמר אלוקים אל יעקב קום עלה בית אל ושב שם ועשה שם מזבח' און אזוי ווערט אויך געברענגט אין זוה"ק (ח"א קע"ה ע"א) אבער וואס מיר דארפען פארשטיין פארוואס איזה עפעס רחל געשטארבען און ניט לאה, האב איך געזעהן אין ספר מרפסין איגרא א תירוץ וויבאלד השטן מקטרג בשעת הסכנה און רחל איזה דאמאלט געווען בשעת לידתה דערפאר איז זי געשטארבען און נישט לאה, מען קען צולייגען אז אין פרשת ויחי ווען יעקב האט געזאגט ואני בבאי מפדן מתה עלי רחל אויף די ווערטער עלי רחל איזה פארהאן א קדמא ואזלא אויף עלי א קדמא צו ווייזען אז ווייל יעקב אבינו האט ניט געברענגט זיין נדר דערפאר קדמא איז רחל פטירה געשעהן פאר איר צייט ואזלא רחל.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר