סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

א גאונישע קשיא מיט א חריפות'דיגע תירוץ / הרב פנחס וויליגער

סוכה לא ע"א

 

מסכת סוכה (דף ל"א ע"א) המסכך ברשות הרבים רבי אלעזר פוסל, וחכמים מכשירין, אין שו"ת אור המאיר (סימן כ"ו) שטייט הקשיא אשר הציא לפני בשם ש"ב הגאון הצדיק מ' אטוניא שליט"א (האדמו"ר מאטניא זצ"ל) אז להלכה פסקנען מיר אז ירושלים לא נתחלקה לשבטים, און עס אז פארהאן א פסוק אין נחמי' אז מען האט געמאכט סוכות אין ירושלים.
לויט ר' אלעזר ווי אזוי איז געווןע די סוכות כשר ער האלט דאך המסכך ברשה"ר פסול, א געוואלדיגע קשיא.

ענטפערט אים הרה"ג רבי מאיר שפירא זצ"ל דארט אין די תשובה אזוי, די גמרא אין מסכת יומא (דף י"ב ע"א) שטייט אז די ברייתא וואס זאגט א מזבח היה בנוי' בחלקו של בנימין, האלט ווי די מאן דאמר אז ירולשים נתחלקה לשבטים, אין די גמרא אין מסכת זבחים (דף נ"ג ע"א) זאגט אז דאס לערנעט מען ארויס ווייל עס שטייט אין פסוק ובין כתפיו שכן טייטש די תרגום באחסנתה יתבני מדבחא עיי"ש אז אין די מזבח איז געשטאנען אויפן חלק פון שבט בנימין, די גמרא אין מסכת מגילה (דף ג' ע"א) שטייט דתרגום מפי ר' אלעזר אמרו,

לפי"ז איז זייער פארשטאנדיג, ווייל אפי' ר"א האלט המסכך ברה"ר פסול האט מען נאך אלץ געקענט מאכען סוכות אין ירושלים, ווייל ער האלט דאך אז ירושלים נתחלקה לשבטים האט דאס ניט געהאט קיין דין פון רה"ר הפלא ופלא.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר