סקר
ממתי אתה בדף היומי?






 

מתפלל תפלה קצרה בבית החיצון / הרב פנחס וויליגער

יומא נג ע"ב

 

מסכת יומא (דף נ"ג ע"ב) ומתפלל תפלה קצרה בבית החיצון: מאי מצלי רבא בר רב אדא ורבין בר רב אאדא תרוייהו משמיה דרב אמרי יהי רצון מלפניך ה' אלהינו שתהא שנה זו גשומה ושחונה שחונה מעליותא הוא אלא אימא אם שחונה תהא גשומה רב אחא בריה דרבא מסיים בה משמיה דרב יהודה לא יעדי עביד שולטן מרבית יהודה ואל יהיו עמך ישראל צריכין לפרנס זה מזה ולא תכנס לפניך תפלת עוברי דרכים רבי חנינא בן דוסא הוה קא אזיל באורחא שדא מטרא עליה אמר רבש"ע כל העולם כולו בנחת וחנינא בצער פסק מיטרא כי אתא לביתיה אמר רבש"ע כל העולם כולו בצער וחנינא בנחת וחנינא בצער פסק מיטרא כי אתא לביתיה אמר רבש"ע כל העולם כולו בצער וחנינא בנחת אתא מיטרא א"ר יוסף מאי אהניא ליה צלותיה דכהן גדול לגבי ר' חנינא בן דוסא.

פרעגן די מפרשים ווי אזוי קען זיין אז ר' חנינא בן דוסא זאל מתפלל זיין אז עס זאל אויפהערען צו רעגענען בשעת די כהן גדול האט געבעטן האט געבעטען פארקערט שלא תכנס לפניך תפילת עוברי דרכים, מען קען דאס פארענטפערען מיט א סיפור די קאצק רבי איז אמאל געגאנגען אויף א שפאציר מיט זיין גרויסען רבין ר"ר בונים פון פשיסחא פלוצלינג האט זיך אראפ געלאסט א שטארקע רעגען, אן די ר"ר בונים האט מתפלל געווען אז עס זאל אויפהערען צו רעגענען האט אים די קאצק רבי געפרעגט היתכן די גמרא זאגט דאך ואל תכנס לפניך תפילת עוברי דרכים, האט אים ר"ר בונים געזאגט אז עס איז א נפק"מ פון עוברי דרכים אין הולכי דרכים, עוברי דרכים מיינט ער וויל גיין פון איין פלאץ צו אן אנדערע אבער דאס פלאץ אליין ווי זיין גייען אדורך גייט זיי נישט אן אז זיי וואלטען געקענט פליען דורכען ללופט וואלטען זיי געפלוגען דאס מיינט עוברי דרכים אבער הולכי דרכים מיינט אז די דרך וואס זיי גייען איצטע איז צוליב א צוועק צו זיין דארט נישט נאר א דורכגיין, אין אונזער שפאציר האט ר"ר בונים געזאגט צום קאצק רבין איז בגדר הולכי דרכים, אין אויב אונז האבען דער פונםע רעגען קענען מיר בעטען אז די רעגען זאל אויפהערען, די זעלבע בחינה קען זיין איז געווען ר' חנינא בן דוסא אז ער איז געווען בגדר הולכי דרכים ניט עוברי דרכים, זיכער מיט זיין גיין האט ער מתקן בירורי נצוצות וכו' מתקן געווען די מקום, דערפאר האט ער געמעקט מתפלל אז די רעגען זאל אויפהערען.

הגאון ר' יוסף שלום אלישב שליט"א גיבט א אנדערע דער הער, ער זאגט אז סתם א מענטש טאר ניט בעטען אז עס זאל אויפהערען צו רעגענען צוליב זיין אייגינע אינטערעס ווייל ווער ווייסט צו עס וועט ווייטער אנהייבען צו רעגענען, בלויז ר' חנינא בן דוסא האט דאס געקענט פאלאנגען, פארוואס? נאר וויבלאד ער איז געווען זיכער אז פונקט ווי ווען ער בעט עס זאל אויפהערען צו רעגענען וועט עס געוויס אויפהערען רעגענען, האט ער געוויסט אז ער וועט דערנאך בעטען עז עס זאל צוריק אנהייבען צו רעגענען וועט עס אנהייבען צו רעגענען.

די בן איש חי זאגט אז ר' חנינא בן דוסא האט בכלל ניט געבעטען אז עס זאל אויפהערען צו רעגענען ער האט נאר געזאגט רבש"ע כל העולם כולו בנחת וחנינא בצער ער האט געמיינט מיט דעם צו זאגען אז וויבלאד ער איז געווען א גרויסע עני ארימאן, ארימאן ווי די גמרא פארציילט אין מס' תענית (דף כ"ד ע"ב) האט ער מין הסתם ניט געהאט קין רעגען מאנטען וואס זאל אים באשיצען, האט ער געבען כל העולם כול בנחת וחנינא בצער אז די אייבערשטער זאל אים צושיקען א רעגען מאנטעל אבער ער זאל גערינען עפעס וואס וועט אים באשיצען פון די רעגען אבער פון הימעל האט מען געוואלט וויסען ווי חשוב ר' חנינא בן דוסא איז, האט גלייך אויפגעהערט צו רעגענען ער זאל ניט האבען קיין צער.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר