סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

שני שעירי יום הכפורים / הרב פנחס וויליגער

יומא סב ע"א

 

מס' יומא (דף ס"ב ע"א) די משנה הייבט אן שני שעירי יום הכפורים מצות שיהיו שניהם שוין במראה ובקומה, ובדמים, ובליקחתן כאחד, פרעגט די תוס' ישנים (ס"ב ע"ב) די גמרא אין מסכת סנהדרין (דף ע"א ע"א) שטייט אז די בן סורר ומורה לא היה ולא עתיד להיות משום דכתיב בנינו זה דבעינן שיהו אביו ואמו שוין במראה ובקומה וזה אי אפשר להיות, אז עס איז ניט שייך אז עס זאל זיין צוויי מענטשען די זעלבע הויך און אין די זעלבע אויסזעהן, איז ווי אזוי קען זיין צוויי בהמות שוין במראה ובקומה, ענטפערט די תוס' ישנים אבל גבי בהמה מיהא יכול להיות יותר, ואע"פ שאין ממש דומות זו לזו דאמרינן בירושלמי דאפילו חטה אינו דומה לחבירתה, מכל מקום בעינן שיהיו שוין במראה ובקומה כל מה שיוכלו, אויך די ריטב"א האט אזוי מדייק געווען פון רש"י וואס שרייבט שוים במראה שניהם לבנים או שחורים אבער ניט אז די אויסזעהן זאל זיין די זעלבע.

אין ספר גבורת ארי פרעגט די שאגת אריה א געוואלדיגע קשיא אופן תוס' ישנים, די קלויזנבערגער רבי הגה"ק ר' יקותיאל יהודה הלברשטאם זצוק"ל האט פארציילט אז אמאל האט די שאגת אריה אין זיין עלטער יאהרן צוגעגאנגען צו ספרים שראנק נעמען א ספר, פלוצלונג איז די גאנצע ספרים שאפע אראפגעפאלען אויף עם, האט ער זיך אנגערופן היות ער האט זיך אסאך געשפארט אין געדונגען בהלכה מיט די מחברים, דערפאר האבען זיי זיך אויפגרעגט אויף עם און זיינען אראפגעפאלען אויף עם, אבער לבסוף האט ער זיך מיט אלע דורכגעקומען חוץ מיט די בעל הלבושים ביז די שאגת אריה האט זיך אנגערופען אריה שאג מי לא ירא (געמיינט אויף זיך אז ער האט געהייסען אריה) האט זיך די לבוש בייוויזען צו עם אין חלום אין געזאגט מי לא יירא מי ר"ת מרדכי יפה אבער צום סוף האט ער זיך מיט עם אויך דורכגעקומען האט די שאגת אריה געפרעגט אז עס איז בכלל ניט קיין צושטעל סורר ומורה צו די שני שעירים, ביי סורר ומורה האט אויך געדארפט זיין די זעלבע קול, די קול מראה וקומה שוין משא"כ דא ביי די שעירים האבען נאר געדארפט זיין שוין במראה ובקומה אין ווי זיין לשון קדשו איז ותמהני על התוס' מה עלתה על דעתם להקשות מהכא להתם – דהתם בעינן ג' דברים והא לא אפשר, והכא סגי בב' דברים בדברים שעצם הגוף הא אפשר.

בנוגע די ענין גורלות זאגט שוין די חכם מכל אדם שלמה המלך במשלי (ט"ז ל"ג) בחיק יוטל את האכל ומה' כל משפטו, אין ווי עס שטייט אין תשובות הגאונים הקצרות (ס' נ"ז) אין רשות לאדם מישראל לעבור על הגודל, שאין הגורל כעובר על עשרת הדברות זייער שארף און אזוי ברענגט אויך די דברי גאונים (כלל כ' אות אות א') בשם שו"ת גאוני קדמאי (סי' ט) אין תשובות רבינו אברהם בנו של הרמב"ם (ס' י"א –י"ב) שטייט הגורל יש בו סמך מה על ידיעת הנעלם שאין אנו מבינים את אמיתתה.

די בריסק רב (הגרי"ז) בשעת'ן וועלט'ס מלחמה איז ער געווען אין ווילנא אין האט באקומען א רשיון יציאה, און ער האט ניט געוויסט צו ער זאל ארויף גיין קיין ארץ ישראל אדער גיין צו ארצות הברית, האט ער געמאכט די גורל הגר"א האט זיך אויפגעמישט צו די פסוק אין תהלים (ק"ב ח') יעלו הרים ירדו בקעות אל מקום זה יסדת להם האט די בריסק רב פארשטאנען אז מען איז עם מרמז צו גיין קיין ארץ ישראל איז ער געגאנגען דורך אידיסא ביז תירכיה, אין תרכיה האט ער גענומען דו באנען, און די באנען אין תרכיה פאר'ן ארויף זייער הויכע בערג אין דערנאך פארט עס אראפ טיפ אין די טולען האט די בריסק רב געזאגט יעצט פארשטייט איך אויך די אנהייב פונעם פסוק יעלו הרים ירדו בקעות.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר