סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

ווער קען זיין א בעל קורא / הרב פנחס וויליגער

יומא סח ע"ב

 

מסכת יומא (דף סח ע"ב) הרואה כהן גדול כשהוא קורא אינו רואה פר ושעיר הנשרפין והרואה פר ושעיר הנשרפין אינו רואה כהן גדול כשהוא קורא ולא מפני שאינו רשאי אלא שהיתה דרך רחוקה ומלאכת שניהן שוה כאחת. די אבני נזר האט אמאל יוה"כ ביינאכט געלערנט מיט זיין קינדער און אייניקלעך רמב"ם פאר עבודת יוה"כ ווער ער איז געקומען צו די הלכה פון אונזער משנה האט איינער פון זיין אייניקלעך געפרעגט ער פארשטייט נישט ווער זאל וועלן בלייבען האבען די קריאת התורה פונעם כהן גדול בשעת ער האט געהאט א ברירה צו זעהן די עבודת שריפת הפרה, האט אים די אבני נזר געזאגט וואלסטו אמאל געהערט ווי די דברי חיים די צאנזער רב זי"ע לייענט קריאת התורה וואלסטו שוין פארשטאנען וואס מיינט די עבודה פון קריאת התורה פונעם כהן גדול וואס מען האט נישט געוואלט פארפאסען.

די טשעבין'ער רב רבי דוב בעריש ווידענפעלד זצֻ"ל האט אמאל פארציילט אז די אבני נזר איז אמאל געפארען אינטערוועגנס און איז איינגעשטאנען ביי זיינעם א קרוב הרב מליקוב זצ"ל האט אים עפעס די אבני נזר געבעטען ער זאל אים געבען א ספר מעיין צו זיין די ליקובער רב איז געווען פון די גרויסע צאנז חסידים האט ער אים געגעבען א שו"ת דברי חיים, האט די אבני נזר גענומען די ספר און עס האט זיך אויפגעמישט צו א תשובה ווי די דברי חיים איז זיך מפלפל אין א שטיקל נימוקי יוסף, און די אבני נזר האט נישט געפאלען די פשט פונעם דברי חיים אינעם נימוקי יוסף, האט ער צוריק געגעבען די ספר, האט די ליקובער רב אים דערלאנגט די ספר דברי חיים על התורה. די אבני נזר האט שטארק הנאה געהאט פון די ספר, האט ער נאכאמאל געבעטן מען זאל אים נאכאמאל דערלאנגען די שו"ת דברי חיים און ער האט זיך שטארק פארטיעפט אין די משא ומתן פונעם פלפול אויפן נימוקי יוסף, און ער האט געזאגט יא דאס איז טאקע פשט אינעם נימוקי יוסף ווי די צאנזער רב שרייבט אזוי האט פארציילט די טשעבין רב. חסידים האבען צוגעלייגט אז כדי צופארשטיין שו"ת דברי חיים מוז מען צום ערשט לערנען די ספר דברי חיים על התורה.

אויך ביי די קלויזנבורגער רבי ר' יקותיאל יהודה הלברשטאם זי"ע פלעגט צו זיין די בעל קורא מידי שבת בשבתו און מען האט געזעהן א מורא'דיגע עבודה דערביי ווי ער פלעגט זיך מוסר נפש זיין אויף דעם אפי' ווען מען האט געזאגט כוחותיו בל עמו ווען ער האט געליטען געפערליכע שמערצען און יסורים די יאר תשל"ט איז געווען א זייער שווערע יאר פארן קלויזנבורגער רבי ער האט געהאט יענעם יאר א שווערע הארץ אפאראציע, יענעם ראש השנה האט די גבאי זיינעם געבעטן די רבי ער זאל מוותר זיין אויף זיין מנהג פון ליינען די תורה, און זיינע כוחות זאל ער האלטן אויף תקיעת שופר, האט די רבי אים געזאגט פונוואנעט ווייסטו אז די תקיעות איז חשובער ווי די קריאת התורה, און אזוי איז געווען אז די רבי האט געליינעט די תורה, און ווען עס איז געקומען צו תקיעת שופר האט ער שוין ניט געהאט כח, און האט דאס אוועקגעגעבען צו זיין איידעם האדמו"ר מזוועהיל שליט"א אז ער זאל זיין די בעל תוקע.

א אנדערע מאל ווען ער איז געווען שוואך האט מען אויך געזאגט די רבי זאל ניט ליינען, מען זאל צושוקען אן אנדערע, האט די רבי גענטפערט עס שטייט [אין ירושלמי מגילה (פ"ד הל' א') ובמשנה ברורה (ס' קמ"ו ס"ק י"ט)] דכשם שניתנה באימה וביראה כך אנו צריכים לנהוג בה בקריאתה באימה וביראה, גיי פרעג ווער איז מוכן צולייענען די תורה כנתינתה מסיני שהיתה באימה וביראה ברתת ובזיע, מער האט מען שוין ניט געבעטען די רבי אז ער זאל מוותר אויפן קריאת התורה, און כך הווה די קלויזנבורגער רבי טראץ זיינע גרויסע יסורים האט אליין געליינט די תורה מיט זיינע געוואלדיגע עבודה, נישט קיין ווינדער אז אין בית המקדש האט מען געוואלט זעהן די עבודה פונעם קריה"ת פונעם כה"ג.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר