סקר
מסכת שבת






 

קיים אברהם אבינו כל התורה כולה / הרב פנחס וויליגער

יומא כח ע"ב

 

מס' יומא (דף כ"ח ע"ב) אמר רב קיים אברהם אבינו כל התורה כולה שנא' עקב אשר שמע אברהם בקולי וגו' אמר רבא ואיתימא רב אשי קיים אברהם אבינו אפילו עירובי תבשילין שנאמר תורותי אחת תורה שבכתב, ואחת תורה שבעל פה, ר' רשב"א אין זיין תשובות (ס' צ"ב) האט געהאט א גירסא אנשטאט עירוב תבשילין, עירוב תחומין, אין זאגט אז דאס לערענט מען ארויס ווייל עס שטייט עקב א לשון פון פיס א מצוה וואס א שייכות מיטן פיס וואס דאס איז עירוב תחומין, און די ווילנע גאון אין ספר קול אליהו שרייבט אז עס איז געשטאנען אין די גמרא ע"ת וואס אז רומז אויף עירוב תחומין אין די בחור הזעצער האט געמיינט אז דאס מיינט עירוב תבשילין. דארפן מיר פארשטיין ווי די תו"ס ישנים פרעגט לא ידע רבי אמאי נקט הך מצוה, אמאי קלא ליה טפי מכולהו.

האט די קלויזנבורגער רבי הרה"ג יקותיאל יהודה הלברשטאם זצוקל"ה (וואס זיין יארצייט געפאלט היינטיגען דף) דאס פארענטפערט אזוי די גמרא אין מסכת עירובין דף מהלך פסיעות בינוניות וזו הוא תחום שבת פירש"י פסיעה בינונית דרך הליכתו של אדם אמה, און די ביאור הלכה (ריש ס' י' ס' שצ"ז) שרייבט דאם הוא אדם ארוך שפסיעה בינונית שלא הוא יותר מאמה, או אדם ננס שפסיעותיו קצרות ואינו מחזיק כשימר אמה, דמשערינן באדם בינוני דשמא עיי"ש אין אזוי האלט אויך די חוות יאיר אין זיין ספר מקור חיים (סימן שצ"ז), אבעה די מרכבת המשנה הל' שבת (פרק י"ב הל' ט"ו) שטייט דכל אדם משעה בפסיעה שלו, אן ענדליך מחלוקת טרעפען מיר דנוגע שיעורים בזמן הזה די צל"ח אין מסכת פסחים (דף קט"ז ע"ב) איז מחדש אז נתקלנו הביצים דערפאר איז די שיעורים גרעסער ווי אמאל, אין זיין תלמיד אין תשובה מאהבה (יו"ד ס' שנ"ב) שרייבט אז די נודע ביהודה איז געווען ארוך בודורו דערפאר זיינען זיינע שיעורים געווען גרעסערע [אין ווי די בעש,ט האט אמאל געזאטג אז אויף די שווארצע איציק (מיינידיק ר' איצקל המברגר) און אויף די הויכע חזק'לע (מיינדיג ר' יחזקאל לנדא) שטייט די האלבע וועלט] שרייבט די קלויזנגורג רבי אין זיין שו"ת דברי יציב (או"ח ס' רס"ב) אז מיט דעם קען מען, מפרש זיין די גירסא קיים אברםה אבינו ע"ז אפי' עירובי תחומין, ווייל אברהם אבינו שטייט אין מדרש (בב"ר מ"ג ד') שפסיעותיו של אברהם אבינו היו מיל או ג' מילין עיי"ש וואלט ער געקענט מאכען די תחום שבת מער ווי י"ב מיל לויט זיין פסיעותו דאס איז די ספעציעלע חידוש אפי' עירובי תחומין.

ווער עס האט געהאט די זכיה צו קענען די קלויזנבורגער רבי , אדער צו לערנען זיינע תשובות דברי יציב האט געקענט זעהן זיין געוואלדיג געשמאקייט אין מחדש זיין אין מפלפל זיין בים התלמוד, ער איז געווען דבוק אין תורה פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת, איך האב געהערט א געוואלידגע ווארט פון הרה"צ ר' משה בוסו שליט"א אן אייניקעל פון באבא סאלי זצ"ל וואס האט מיר איבערגעזאגט פון זיין זיידע פשט אין די גמרא מס' ברכות (דף מ"ד ע"א) השותה מים לצמא, מברך שבכל נהיה בדברו, די תורה אז ציגעגליכן צו מים, דאס הייסט השותה מים לעצמו אז ווערט עס לאיז דארשטיק צו תורה ווער עס לערענט תורה מיט א צמאון, דאמאל מברך אויב ער ווינטש א מענטשען א ברכה, שבכל נהיה בדברו וואס ער בענטש ווערט מקום בבח' צדיק גוזר והקב"ה מקיים. די קלויזנבורגער רבי שרייבט אין זיין צוואה ועיקר שבעיקרים חשובת נשמתי שאם יודעין ממני איזה חידוש בתוה"ק אמת, לפרסמה בשמי וללמדם בישראל בפרט ביא"צ אך שרייבט ער לא אשכח ח"ו חסדכם מאתי ותמיד אמליץ עברכם לטובה ולברכה ובכל עת שתצרכו לאיזר ישועה תנדרו איזה דבר לאותן הצקות שפעלתי עבורו בעוה"ז. וכמובאר בסהפ"ק לנדור ג"כ לצדקה לטובת הנשמה אשר תודיע לי באיזה מקום שיהי', שהו אצירך לאותו ישועה ואם יהי באפשרות אשתדל בעזרתו ית"ש ויתעלה שיהי' לו לטובה.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר