סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

סיגעט און ליובאוויטש / הרב פנחס וויליגער

פסחים לה ע"א

 

מסכת פסחים (דף ל"ה ע"א) דברים הבאים לידי חימוץ אדם יוצא בהן ידי חובותו במצה, יצאו אלו שאין באין לידי חימוץ, כדי מקיים זיין די מצוה פון בערב תאכלו מצות מוז די מצה געמאכט ווערען פון פארדוקטען ואס קען פון דעם ווערען חמץ אבער אויב מען מאכט די מצה למשל מיט מי פירות דאמאלט קאן מען ניט מיט די מצה יוצא זיין די מצוה פון בערב תאכלו מצות

די ייטב לב (הרה"ק יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל) אין פרשת בהר שרייבט עס זיינען דא אזאלעכע מענטשן וואס האלטן מען דארף זיך מסגף זיין פאסטען און זיינען זיך פורש פון אלסדונג, און לעבען בהתבודדות ווייל זיי האלטען אז דורך דעם וועלן זיי ניט האבען קיין שטערנגונג צוגעגרייכען הויכע מדריגות זאגט די סיגעטע רב לא זו הדרך, השי"ת הרכיב הנשמה והגוף שיהיו שניהם יחדיו ויש לאדם לתת חלק לכל אחד ואחד נשמה עבודת הקל, ולגוף אכילה ושתי' מהמותר באופן שיתכוון בה לקיום הגוף לעבוד בזה את הבורא ית"ש, און פונקט ווי די גמרא זאגט לגבי מצות דברים הבאים לידי חימוץ אדם יוצא בהן ידי חובתו במצה, יצאו כל אלו שאין באין לידי חימוץ, די זעלבע איז במי שעובד את השי"ת באכילה ושתי'ה דאז בעי שימור מיצה"ר דיכול לבא לידי חימוץ ע"י מלאי כריסו, משא"כ המסגף עצמו בתעניתים יותר מדאי דאז אינו בא לידי חימוץ אינו יוצא ידי חובתו בזה.

דאס איז שפיץ חסידות און ווי די מאמרים פון די ליובאוויטשע רביים זיינען געבויט אויף די געדאנק נתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים שאין תחתון למטה הימנו און דווקא דארט ע"י אתכפיא ואתהפכא עבודת הבירורים, ניט דורך התבודדות און זיך אפשיידען נאר ווי עס שטייט אין תפארת שלמה ויברך דוד את ה' לעיני כל הקהל טאקע ווען מען איז צווישען קהל ווי דאמאלט איז שייך מען זאל האבען שטערנגונג פון פארשידינע מענטשען און פערשוינען, וואס קענען עם שטערען אין מבלבל זיין פון דינען השי"ת דווקא דאס וויל דער רבונו של עולם דברים הבאים לידי חימוץ אדם יוצא בהן ידי חובתו ווען עס איז לעיני כל הקהל, דאמאלט זאל קענען זיין ויאמר דוד ברוך אתה ה' וכו'.

און באמת די מענטשן וואס גייען אופן דרך פון הבתודדות און קענען ניט דינען די באשעפער לעיני כל הקהל, זענען מייסטינסט מענשען וואס ליידען פון דיפרעשין. און ווי די רמב"ם שרייבט און זיין פירוש המשניות אויף מסכת שבת אויפן משנה (דף כ"ט ע"ב) המכבה את הנר מפני רוח רע טייטש די רמב"ם יש מין החולי הנזכר שיברח החולי ויבדל מן הטבע האנושי הממוצע, כאשר יראה האור או כשיתחבר אם בני אדם וישתעשע ותניח נפשו בחושך ובהתבודדות בעת השתוממות והדבר הזה נמצא הרבה בבעלי המרות עיי"ש. מיט דעם קען מען געבן צו פארשטיין וישמע יתרו וגו' מה שמועה שמע ובא קריעת ים סוף ומלחמת עמלק פארוואס איז יתרו געקומען זיך מגייר זיין ער וואלט געקענט בלייבן אין מדין אליין בהתבודדות און דערגרייכן הויכע מדריגות, וואס עפעס האט ער געמוזט קומען צווישן מליונע יודען נאר יתרו האט געהערט קריעת ים סוף די גרעסטע גילוים וואס קען זיין שייך זה קלי ואנוהו מראה באצבעו זה וכו' און דערנאך קען קומען ויבא עמלק אשר קרך בדרך ויזנב בך כל הנחשלים וגו' אזא גרויסע דורכפאל און נאך אזא ירידה, ווען עס איז געווען די והיה כאשר ירום משה ידו וגבר ישראל ווי מען קען זיך גלייך צוריק כאפען דורך תשובה בשעתא חדא ובריגע חדא דאס אז יודען האבען כסדר ירידה לצורך עליה אין דאס וויל דער אייבערשטער און כדי צושטייגען העכער מוז זיין ווי די גמרא זאגט אין חגיגה (דף י"ד ע"א) והמכשלה הזאת דברים שאין בני אדם עומדין עליהן אלא אם כן נכשל בהן, דערפאר האט יתרו געמוזט קומען צו משה רבינו אין מדבר ער זאל עם אויסלערנען די סוד ווי אזוי יודען אפילו ווען זיי פאלען כאפען זיי זיך צוריק, און שפרינגען נאך העכער ווי זיי זענען געווען פריעט עס דארף זיין דברים המביאין לידי חימוץ דווקא יאמאלט אדם יוצא בהן ידי חובתו אבער מען דארף געדענקען מען טאר ניט ווערען חמץ.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר