סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

ביטול חמץ מיט די מצריים / הרב פנחס וויליגער

פסחים כז ע"ב

 

מסכת פסחים (דף כ"ז ע"ב) ר' יהודה אומר אין ביעור חמץ אלא שריפה וכו' אמרו לו וכו' והתורה אמרה תשביתו שאור מבתיכם בכל דבר שאתה יכול להשבית, דהיינו שורף, או מפרר וזורה לרוח, או מטיל לים, איך וויל דא צוברענגגען, א הפלא'דיגע ווארט פון הרה"ג ר' מרדכי קאלינא זצ"ל וואס ער פלאגט זיך שרייבען מיטן גרויסען ראגאטשעווע גאון אין פונדעם האט מען צאמגעשטעלט א גאנצע חיבור מיטען נאמען מכתבי תורה וואס איז דארט פארהאן צוויי הונדרעט און נייציג הונדרעט און נייציג בריווען פול מיט פילפולים צווישען די צוויי גאונים.

שרייב הרב מרדכי קאלינא אזוי, עס איז פארהאן א תורת כהנים און פרשת בחקותי אופן פסוק והשבתי חיה רעה מן הארץ ר' יהודה אומר מעבירם מן העולם, רבי שמעון אומר משביתם שלא יזיקו, האבען מיר דא א לומדישע מחלוקת וואס די ווארט תשביתו מיינט צו ווען מען טוט מבטל זיין די כח און די תואר פונעם זאך הייסט דאס שוין תשביתו, אדער פאדערט תשביתו אז עס זאל בכלל ניט זיין קיין עקסטענס פון דעם בעולם.

איצטע איז זייער פארשטאנדיק פארוואס ר' יהודה האלט אין ביעור חמץ אלא שריפה וויבאלד ר' יהודה פארטייטש די ווארט תשביתו אין תורת כהנים מעבירם מן העולם אין דאס קען נאר זיין דורך שריפה, משא"כ לויט די רבנן איז דער אפטייטש פון תשיבתו אזוי ווי ר' שמעון אז דער עיקר איז אז מען איז מבטל די כח פון די זאך און דאס קען מען טוהן דורך מפרר וזורה לרוח, און דורך אריינווארפען אין וואסער.

היות די וואך איז שבת שירה, וויל איך דא שרייבען א חידוש נפלא וואס טוט מקשר זיין די דף היומי צו די פרשת השבוע, די חת"ם סופר שרייבט אז דאס וואס די חכמים זאגען תשיבתו בכל דבר שאתה יכול להשביתו, שריפה, מפרר וזורה לרוח, מטיל לים, זי זעלבע טרעפען מיר ווען די אייבערשטער האט געוואלט מאכען א תשביתו מיט די מצרים האט די רבונו של עולם גענוצט די דריי הלכות, איין פסוק שטייט וישקף ה' אל מחנה מצרים בעמוד אש דאס איז פייער, דערנאך שטייט ויולך ה' ברוח קדים עזה דאס איז מפרר וזורה לרוח, און ווייטער שטייט ונער ה' את מצרים בתוך הים דאס איז מטיל לים.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר