סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

מען דארף מכבד זיין אן עושר / הרב פנחס וויליגער

עירובין פו ע"א

 

מסכת עירובין (דף פ"ו ע"א) רבי מכבד עשירים, ר' עקיבא מכבד עשירים כדדרש רבה בר מרי ישב עולם לפני אלוקים חסד ואמת מן ינצרוהו, אימתי ישב עולם לפני אלוקים, און וועלכען זכות שטייט דו וועלט, בזמן חסד ואמת מן ינצרוהו איז רש"י מפרש בזמן שיש עשירים שגומלין חסד ומזמנין מזונות לעניים, והם ינצרוהו אין זייער זכות שטייט די וועלט, און אט די סארט עשירים האט רבי און ר' עקיבא מכבד געווען.

הרה"ק רבי שלמה דוד יהושע מרדזמין זצ"ל פלעגט ניט מכבד זיין די עשירים, און זייער אסאך מאל פלעגט ער זיי גאר רודפ'ען, האבען עם אמאל די נאנטע געפרעגט די גמרא זאגט דאך רבי מכבד עשירים, האט ער זיי גענטפערט יא יא אלץ עושר האט ער זיי מכבד געווען, אבער ניט ווען דער עושר קומט אין האלט זיך פאר א למדן און א תלמיד חכם, אז איך זאל אים מכבד א עשיר עם הארץ אז ער איז א למדן, דאס וויל איך ניט.

די גמרא אין מסכת חגיגה (דף ה' ע"ב) זאגט ת"ר שלשה הקב"ה בוכה עליהם בכל יום על שאפשר לעסוק בתורה ואינו עוסק, ועל שאי אפשר לעסוק בתורה ועוסק וכו' פרעגען אלא ממילא אויף דער אפשר לעסוק ואינו עוסק פארשטייט מען פארוואס די רבונו של עולם וויינט, אבער על שאי אפשר לעסוק ועוסק וואס דארף מען וויינען פארקערט די רבונו של עולם דארף זיך פרייען אז אפילו ער האט ניט די מעגליכקייטען אז ער זאל קענען זיצען אין לערנען און איז זיך מוסר נפש און זיצט אין לערענט פארוואס דארף מען וויינען.

האט האדמו"ר ר' חיים מאיר'ל מוויזניצא זצ"ל די בעל אמרי חיים גענטפערט אז עס גייט ארויף אויף אן עושר וואס מענטשען עניים קומען צו זיין הויז נאך צדקה און דאמאלט לויפט ער אוועק אין בית המדרש לערנען תורה, דאס וויל ניט די אויברשטער, האט ער געטייטש, ועל שאי אפשר דער עושר וואס עס ווארט מענטשען ביי זיין טיר איז דעמאלט ניט מעגליך ער זאל זיי איבערלאזן און אוועק גיין, ועוסק בתורה ער גייט אוועק פון זיין הויז צו בית מדרש לערנען תורה, הקב"ה בוכה עליהן, דער אייבערשטער באוויינט דעם עשיר פארוואס ער האט אים געשאנקען געלט, אן ענדליכען פשט איז דא אינעם ספר מצור דבש ועל שאי אפשר ועוסק, אז די אייבערשטער וויינט פארוואס די עשירים זיינען ניט תומך אין דיע וואס זיינען עוסק בתורה אז זיי זאלען זיין אפשר לעסוק אין ניט אי אפשר.

יא רבתי לאמיר ניט פארגעסען וואס די משנה זאגט אין פרקי אבות פרק ג' משנה ח' רבי אלעזר איש ברתותא אומר תן לו משלו שאתה ושלך שלי דאס וואס די אייבערשטער געבט עושר פאר עשירים דאס איז נאר בתורת פקדון זיי זענען אפוטרופוס כדי צו העלפען די עניים די נצרכים, און ווי עס שטייט אין ספר חסידים (ס' קפ"ז) שיש בני אדם שאין להם זכות לחיות, אלא בשביל אחרים שנבהים מהם.

א חשובער רב האט מיר צוגעלייגט ווי טרעפען מיר אז ר' עקיבא האט מכבד געווען עשירים, נאר עס איז פארהאן א גמרא אין מסכת פסחים (דף קי"ב ע"א) תנו רבנן שבעה דברים צוה ר' עקיבא את ר' יהושע בנו וכו' והוי משתדל עם אדם שהשעה משחקת לו, זעהט מען אז ער האט געהייסען פאר זיין זין זיך צובאפריינדינען מיט אן עושר, אין אויך האט ער מוסיף געווען אז דאס וואס די גמרא זאגט אז רבי מכבד עשירים דאס מיינט נאר עשירים תלמידי חכמים, און האט א ראי' געברענגט פון א גמרא אין מסכת בבא בתרא (דף ח' ע"א) רבי פתח אוצרות בשני בצורת אמר יכנסו בעלי מקרא בעלי משנה בעלי גמרא בעלי הלכה בעלי הגדה אבל עמי הארץ לא יכנסו דחק רבי יונתן בן עמרם ונכנס אמר לו רבי פרנסני אמר לו בני קרית אמר לו לאו, שנית א"ל לאו, אם כן במה אפרנסך א"ל פרנסתי ככלב וכעורב, פרנסיה, בתר דנפק יתיב רבי וקא מצטער ואמר אוי לי שנתתי פתי לעם הארץ, אמר לפניו ר' שמעון בר רבי שמא יונתן בן עמרם תלמדך הוא שאינו רוצה ליהנות מכבוד תורתו מימיו בדקו ואשכח אמר רבי יכנסו הכל רבי לטעמיה דאמר רבי אין פורענות בא לעולם אלא בשביל עמי הארץ.

זעהט מען פון דא ווי ווייט רבי האט מגנה געווען אן עם הארץ אפי' אויף א עני האט ער געזאגט או לי שנתתי פתי לעם הארץ, איז א כ"ש וק"ו אז פאר אן עושר אן עם הארץ וואלט ער ניט געגעבען קיין כבוד, סיידין ווי מיר האבען פריער געבראכט פון רש"י אז דאס איז בתנאי בזמן שיש בו עשירים שגומלין חסד ומזמנין מזונות לעניים.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר