סקר
מסכת תמורה
קשה מאוד
קשה
ממוצעת
קלה


 

זייט ניט קיין פרה / הרב פנחס וויליגער

שבת צז ע"א

 

מס' שבת (דף צ"ז ע"א) אמר רבא ואיתימא ר' יוסי בר' חנינא מדה טובה ממהרת לבא ממדת פורענות דאילו במדת פורענות כתיב ויוציאה והנה ידו מצורעת כשלג, ואילו במדה טובה כתיב ויוציאה מחיקו והנה שבה כבשרו, מחיקו הוא דשבה כבשרו, משה רבינו'ס הענט איז געווארען פיל מיט צרעת נאר נאכדעם וואס ער האט ארויס גענומען זיין האנט פון זיין חיקו אבער אויסגעהיילט איז עס שוין גאעווארען ווען זיין האנט איז נאך געווען בחיקו זעט מען פון דא אז מדה טובה ממהרת לבא ממדת פורענות.
 

ישועת ה' כהרף עין

אין די מהר"ל מפראג איז מסביר די גמרא, אז טוב קומט פונעם באשעפער אליין דערפאר קומט עס גלייך, אבער די רע די עונש קומט דורך כח החיצון דערפאר דויערט עס א שטיק צייט, איך וואלט דא צוגעשטעלט א רש"י און מסכת חגיגה (דף י"ב ע"ב) שכל מעשה ארץ מתונים ומעשה שמים במהירות, אז ארציות, ענינים דאס וואס קומט מכח שליחות הארץ דאס קומט שטייטלעך, אבער מעשה שמים די טוב העצם דאס קומט במהירות פון הקב"ה בכבודו ובעצמו.
 

לאמיר זיך מחזק זיין

רבותי יא דא סזעהט מען בחוש אמאהל ווארט מען אויף א ישועה צו איז דאס בעניני רפואה געזונט אדער פרנסה און מען שרייט מאין יבא עזרי, מען קען שוין ניט אויסהאלטען אוי וויי ווי לאנג נאך, זאגט דוד המלך עזרי מעם השם עושה שמים וארץ דער באשעפער קען גלייך העלפען ישועת ה' כהרף עין, ווי זעהט מען דאס ביי די שמים, שכל מעשה שמים במהירות מען דארף בעטען אין לנו מלך עוזר וסומך אלא אתה, כי אם לידך המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה אז מען בעט אז די ישועה זאל קומען ניט דורך שלוחים נאר עזרי מעם ה' דווקא יאמאלט וועט זיין עושה שמים וארץ וועט די ישועה קומען ממעון קדשך מן השמים במהירות הכי גדולה.
 

פרנסה

אין בפרט ביי עניני פרנסה וואס שטייט קשין מזונותיו של אדם כקריעת ים סוף דארף מען גלייבען אז די אויבערשטער איז דער וואס געבט פאר'ן מענטש פרנסה ווי איך האב אמאל געזעהן, אז אויב מען נעמט ארויס די אותיות נס פון די ווארט פרנסה בלייבט פרה דאס הייסט אז אויב מען ארדעקענט ניט אז דאס וואס א יוד האט פרנסה איז דערפאר ווייל די אייבערשטער איז דער וואס וויל אז די זאלסט זיין עושה חיל, דעמאלט בלייבסטו א פרה איצט געפינען מיר זיך אין די דריי וואכען פון בין המצרים וואס שטייט אויף דיע טאג, פתאום לפתע יבא שברה (ישעי' ל') לאמיר אלע זוכה זיין צו די פתאום יבא אל היכלו, האדון אשר אתם מבקשים.



עיצוב: אפרת נוילנדר | תיכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר