סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

וואס עפעס יוסף בן שמעון / הרב פנחס וויליגער

שבת קד ע"א

 

די סימני הגאולה

(דף ק"ד ע"א) די גמרא פארציילט אמרי ליה רבנן לריב"ל אתו דרדקי האידנא לבי מדרשא ואמרו מילי דאפילי בימי יהושע בן נון לא אתמר כוותייהו וכו' די אותיות סמך עין, איז מרומז סמוך עניים, לשון אחר סימנין עשה בתורה מען דארף מאכען סימנים צו געדענקען וואס מען לערענט, אין ווי די בן איש חי שרייבט אויף איין ארט אז דאס איז מרומז אין די משנה משה קיבל תורה "מסיני" די ווארט מסיני אז די אותיות סימין.
 

א ביאור נפלא פון הגאון ר' יוסף ענגיל

אבער וואס איך וויל דא באטאנען איז א ווינדערליכעןביאור וואס די גרויסע גאון ר' יוסף ענגיל ז"ל אז מבאר אין זיין ספר גליוני הש"ס עמ"ס גיטין (דף ל"ו ע"א) די גמרא פארציילט אין מסכת גיטין רב חסדא צייר סמ"ך ורב הושעיא עיי"ן, אז ר' חסדא פלעגט אינטערחתמענען זיין נאמען מיט די אות ס' און ר' הושעיא מיט די אות ע', דארף מען פארשטיין פארוואס עפעס האט ר' חסדא אוסגעקליבען דווקא די אות סמ"ך פון זיין נאמען און ניט פון די אנדערע אותיות ווי למשל ח'ד'א', אין די זעלבע קשיא איז בנוגע ר' הושעיא, פארוואס האט ער אויסגעקליבען דווקא די אות ע' אין ניט די אנדערע אותיות פון זיין נאמען, נאר וויבאלד די גמרא זאגט דא אז די אותיות ס' און ע' איז א סגולה אויף צו מאכען א סימן האבען זיי גענוצט די אותיות אלץ א סימן.
 

די סוד פון די אות סמך

און מיט די מהלך פארענטפערט ער אויך די גמרא וואס מיר האבען געלערנט אין מסכת שבת (דף ס"ו ע"א) אויף די גמרא ר' מאיר מתיר ר' יוסי אסור אמר רב נחמן בר יצחק וסימנך סמ"ך סמ"ך, דאס הייסט אז ר' יוסי וואס האט די אות סמ"ך אין זיין נאמען ער איז דער וואס זאגט אז עס איז אסור וואס האט אויך א סמך, איך קלער צוצולייגען א הסבר וואס ר' יוסף ענגיל וויל דא זאגען, די שפת אמת פרעגט דארט אויף די גמרא פארוואס זאגט ניט די גמרא א סימן ממ' אז ר' מאיר איז מתיר, (ענטפערט די שפת אמת דערפאר האט די גמרא ארויס געשריבען די ווארט סמ"ך ווייל אין די ווארט סמ"ך האט מען א ס' פאר ר' יוסי אוסר, און אויך א מ' אז ר' מאיר מתיר) אויף די קשיא קומט ר' יוסף ענגיל צו פארענטפערען אז ווען עס קומט צומאכען סימנים נוצט מען די אות ס'.
 

די סוד פון די אות עיי"ן

און דאס איז די טעם פארוואס די גמרא נוצט כסדר לדוגמא די נאמען יוסף בן שמעון דערפאר וואס דאס זיינען די איינציגע נעמען פון די שבטים וואס האבען די אותיות ס' אין ע' דערפאר נוצט מען דווקא יוסף בן שמעון ווען מען וויל זאגען א סימן בנוגע א מענטשען ווי למשל שני יוסף בן שמעון וכו'.
 

א פלא'דיג מדרש

איך האב געקלערט אז מיט די געדאנק קען מען פארשטיין א מדרש וואס די חזקוני ברענגט אראפ אין פרשת ואתחנן אופ'ן פסוק שמע ישראל וזה לשונו.
שמע ישראל. מצינו באגדה, עי"ן של שמע תלויה לפי שהקב"ה ברא מעשיו בעי"ן. כיצד, ישראל אחד משבעים שבאומות, האומות אחד משבעים שבבהמות, בהמות אחד מע' שבעופות, עופות אחד מע' שבדגים, דגים אחד מע' שבשדים, שדים אחד משבעים שבמלאכים, והקב"ה מלך על מלך כולם, ועל זה יסד הפייט באזהרת ראשית ושמו למעלה משבעים עכ"ל.
אפשר דאס ליגט מרומז וואס די גמרא זאגט ביי אונז סמ"ך עיי"ן אז עס איז פארהאן א סימן מיט דאס "עיין" פון שמ"ע" לגבי די סדר השתלשלות הבריאה כנזכר לעיל.
 

תש"ס – תש"ע

רבותי מיר געפינען זיך איצטע און די יאהרן צווישן תש"ס און תש"ע מיר לעבען איצטע אין די זמן פון די אותיות פון סימנים, די סימני הגאולה סימני פון מלחמת גוג ומגוג, סימני משיח זאלן מיר טאקע זוכה זיין די וואך פון שבת חזון צו די חזיון פון ותחזנה עיניו בשובך לציון ברחמים אמן.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר