סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

די שייכות פון תשעה באב צו פסח / הרב פנחס וויליגער

שבת קיג ע"ב

 

מס' שבת (דף קי"ג ע"ב) ויאמר לה בועז לעת האוכל גשי הלום א"ר אלעזר רמז רמז לה עתידה מלכות בית דוד לצאת ממך דכתיב ביה הלום וכו' זאגט רש"י רמז רמז לה רוח הקודש נזרקה בו מען קען צולייגען אז עס ווערט געבראכט אין (ספר רוקח על רות) אז דער מעשה פון בועז און רות איז פארגעקומען פסח ביינאכט איז אראפגעקומען אלע אורות פונעם סדר אין בפרט דאס ענין ווי עס ווערט דערמאנט אין טור ס' (תכ"ח) דאס סימן א"ת ב"ש אז דאס ערשטע טאג פונעם יו"ט פסח איז דאס זעלבע טאג פון די וואך וואס עס וועט אויסגעפאלען תשעה באב, און ווי עס ווערט אראפגעבראכט פון די אריז"ל אז תשעה באב נאכמיטאג איז די זמן פון לידת משיח דערפאר האט דאמאלט געווען א זמן פון רוח נזרקה בו בענין מלכות בית דוד לידת משיח.
 

מלכות בית דוד

באמת דארפען מיר פארשטיין פארוואס טאקע איז דאס ערשטע טאג פסח פארבונדען מיט תשעה באב עס זענען דאך צוויי הפכיים, נאר מען וועט דאס געבען צופארשטיין, מיט וואס די שפת אמת שרייבט אויף איין ארט אז מען נעמט דאס ווערט דין דל"ת יו"ד נו"ן און מען נעמט דאס מילוי ל"ת ו"ד ו"ן באטרעפט דאס א מספר פון דאס ווארט "מלכות" אז די תכלית פון אלע דינים וואס מען זעהט אין דער וועלט איז צוצוקומען אז מען זאל אויף זיך מקבל זיין די עול מלכות שמים און ווי עס שטייט אין ספר חומת אריאל אז די ראשי תיבות פון כ'ל ר'ודפיה ה'שיגוה ב'ין ה'מצרים איז די ווארט הברכה אז די תכלית פון די דריי וואכען בין המצרים איז הברכה אז מען זאל זוכה זיין צום סוף צו די אלע ברכות דורכדעם וואס מען וועט מקבל זיין אויף זיך די עול מלכות שמים.
 

שבת נחמו

און דאס האט בועז מרמז געווען פסח ביינאכט שייכות פון תשעה באב צו פסח, אז א זמן פון דין דארט גופא ווערט נתגלה דאס ענין פון פסח פון ונגלה עליהם מלך מלכי המלכים וגאלם און ווערט נתגלה דאס מלכות לידת משיח אין תשעה באב, און דאס איז אפשר פשט אין די דאפעלטע ווערטער רמז רמז לה רמז בתוך רמז כנזכר לעיל זאלען מיר טאקע זוכה זיין די שבת נחמו אז עס זאל ווערען כפשוטו נחמו נחמו עמי, צוויי מאל נחמו באטרעפט פנחס, און פינחס זהו אליהו, און פיר מאל אליהו איז אויך בגי' פינחס ויגאלני שנית בקרוב אמן.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר