סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

לכבוד שבת / הרב פנחס וויליגער

שבת קיט ע"א

 

וואס עפעס ר' אמי?

מסכת שבת (דף קי"ט ע"א) די גמרא פארציילט וועגען פארשידענע אמוראים וואס זיי האבען געטוהן לכבוד שבת רב ספרא מחריך רישא רבא מלח שיבוטא געזאלצען פיש רבה ורב יוסף מצלחי ציבי געשניטען העלצער לכבוד שבת רב נחמן בר יצחק מכתף ועייל מכתף ונפיק אמר אילו מקלעין לי ר' אמי ור' אסי מי לא מכתיפנא קמייהו, איז רש"י מפרש אז ער איז אליין ארויסגעגאנגען אינדרויסען אריין צוברענגען די קליידער די עסען די עסטצייג. אזוי ווי ער וואלט געהאט א חשובע גאסט ווי ר' אמי אין ר' אסי וואלט ער אליין זיי מכבד געווען כאדם שמקבל את רבו בביתו שהוא חשוב עליו וחרד לכבודו לטרוח ולהרבות בשבילו.
 

א תלמיד חכם איז א מדריגה פון שבת

מיר דארפן פארשטיין פארוואס האט ר' נחמן צוגעגלוכענט שבת קודש צו ר' אמי ור' אסי, נאר אין זוהר (ח"ג כ"ט א') שטייט בגין תלמיד חכם כיום שבת און אזוי שטייט דארט (קכ"ד) אינון חכמים דדמיין לשבתות וימים טובים אז א תלמיד חכם איז צוגעגליכענט צו שבת און מיט די זוהר איז הגאון ר' יוסף ענגיל ז"ל מבאר א גמרא אין מסכת ברכות (דף מ"ז ע"ב) אמר רבי אמי שנים ושבת מצטרפין אז צוויי מענטשען מיט שבת קען מען מצרף זיין צו מאכען א זימון, אמר ליה רב נחמן ושבת גברא הוא, איז דען שבת א מענטש אז מען זאל קענען בענטשען ברכת המזון בזימון, אלא אמר רבי אמי שני תלמידי חכמים המחדדין זה עם זה מצטרפין דארפען מיר פארשטיין פארוואס האט ר' אמי דעמאלט געזאגט שמים ושבת מצטרפין, נאר וויבאלד א תלמיד חכם איז א בחינה שבת דערפאר האט ר' אמי געזאגט בלשון שנים ושבת מיינונדיג צוויי תלמדי חכמים.
 

מכתף ועייל מכתף ונפיק

האב איך געזעהן אין א ספר כרם יעקב פון הרה"ג ר' יעקב חיים סופר שליט"א (וואס די מחבר איז אן אייניקאל פונעם כף החיים) איז מבאר אונזער גמרא אז דערפאר האט ר' נחמן דווקא געזאגט אילו מקלעין לי ר' אמי ור' אסי, ווייל ר' נחמן האט דעמאלט אין מסכת ברכות געלערנט פון ר' אמי אט טאקע די הלכה אז א תלמיד חכם איז בגדר שבת דערפאר קען מען צוגלאייכען שבת צו א תלמיד חכם הפלא ופלא ודפח"ח.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר