סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

פארוואס זיינען די תלמידים ניט געקומען אין ישיבה / הרב פנחס וויליגער

שבת קכט ע"ב

 

מס' שבת (דף קכ"ט ע"ב) מכריז רב מאה קרי בזוזא מאה רישי בזוזא מאה שפמי ולא כלום, רב האט אויסגערופען הויך אז ווען עס וועט זיין צובאקומען הונדערט דליעין פאר בלויז א זוז דאמאלט זאלט איר דאס קויפן, און די זעלבע אז מען וועט פארקויפען הונדרעט קעפ פון בהמות זאלט איר דאס קויפען, אבער אויב מען וועט דיר געבען הונדרעט לופען פון א בהמה זאלל מען דאס ניט נעמען ווייל עס איז גארניט ווערד מען קען מיט דעם גארניט טוהן. אמר רב יוסף כי הוינן בי רב הונא ווען איך בין געווען ביי רב הונא יומא דמפגרי ביה רבנן, די טאג וואס די תלמידים זיינען ניט געקומען אין בית מדרש לערנען תורה אמרי האידנא יומא דשפמי היא, ולא ידענא מאי קאמרי אין איך האב ניט געוויסט וואס זיי מיינען מיט די ווערטער יומא דשפמי הוא, אבער איצט אז רב האט געזאגט אז שפמי מיינט די ליפען פון א בהמה, די זעלבע איז די טאג וואס די תלמידים זענען ניט געקומען לערנען האט מען גערופען יומא שפמי א טאג וואס איז ניטא קיין שום תועלת פונקט ווי די ליפען פון א בהמה.
 

די מונקאטש רב זצ"ל

די מונקאטשער רב די בעל מנחס אלעזר פארטייטש די גמרא אזוי, אז רב יוסף האט געזאגט האידנא יומא דשפמי הוא אז די טאג אז מען לערנט ניט קיין תורה נאר מען רעדט דברים בטלים, פונקט ווי די ליפען פון א בהמה, דאמאלט ולא ידענא מאי קאמרי פארשטיי איך ניט וואס זיי זאגען, ווייל זיי רעדען דברי הבלים, און מען קען צולייגען ווי א רב האט אמאל געזאגט אז היינט דארף מען צולערנען תורה פשוט אז מען זאל האבען א גלייכען קאפ און מען זאל זיין א נארמאלע מענטש, און ווי די לשון רש"י איז יומא דמפגרי ביה רבנן שהיו התלמידים מתעצלין מלבא בבית המדרש קרי ליה יומא דשפמי כלומר היום הזה מאבד לו ואין בו תועלת.
 

מען דארף לערנען אין בית המדרש

פון רש"י איז משמע אפילו זיי האבען געלערנט תורה אין דער היים אבער דאס עצם ענין וואס זיי האבען צושטערט א קביעות הבית מדרש א שיעור ברבים זאגט מען אויף זייער אייגענע תורה אין בו תועלת וויבלאד ער האט גורם געווען אן התרשלות אין דער ענין פון לימוד תורה ברבים, מען זעהט פון דעם די וויכטגקייט פון אנהאלטען א שיעור אין זיך אנשטרענגען אויף צו קומען אין בית המדרש לערנען תורה און דאס האט א שטארקע שייכות צום אנהייב פונעם פרק מפנין אפילו ארבע וחמש קופות של תבן ושל תבואה וכו' ומפני ביטול בית המדרש. ווי רש"י זאגט ולא חיישינין לטרחא דשבת, וויבאלד קומען לערנען אין בית המדרש איז פון די וויכטיגסטע זאכען. זאלן מיר טאקע זוכה זיין צו מאכן די הדרן עלך מפנין מפני ביטול בית המדרש און מען זאל זיין השכם והערב עליהם לבית המדרש וועלן מיר זוכה זיין צו והם כלין מעליהן.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר