סקר
באיזה סבב של "דף יומי" אתה?
ראשון
שני
שלישי
רביעי ומעלה


 

זכות אמהות? / הרב פנחס וויליגער

שבת נה ע"א

 

זכות אמהות?

מס' שבת (דף נ"ה ע"א) ושמואל אמר תמה זכות אבות, אז ביז די צייט פון יחזקאל הנביא האבען די יודען נאך געהאט די זכות אבות פון אברהם יצחק יעקב וואס האט מגין געווען אויף זיי, אבער פון דעמאלט און ווייטער האט זיך געענדיגט די זכות אבות, ווייל מען האט שוין אויפגעגעסען אלע זכותים פון אברהם יצחק ויעקב, די שאלה איז בנוגע זכות אמהות צו מיר זאגען אויך תמה זכות אמהות אדער ניט.
 

א פלא'דיגע שפת אמת

די שפת אמת (לפסח תרמ"ב) שרייבט דברים נפלאים אויפן פסוק אין שיר השירים קול דודי הנה זה בא מדלג על ההרים מקבץ על הגבעות ההרים זיינען די אבות גבעות זיינען די אמהות, אין ער ברענגט פון לקוטי תורה פונעם אלטן רבי, אז קפיצה איז מער ווי דילוג, קפיצה איז מיט ביידע פיס, אין דילוג איז מיט איין פיס, איצטע בנוגע הרים זכות אבות איז נאר מדלג על ההרים כביכול שפרינגט נאר מיט מיין פיס, איז דערפאר זאגען מיר תמה זכות אבות, אבער בנוגע הגבעות די אמהות יאמאלט איז מקפץ על הגבעות כביכול שפרונגט מיט ביידע פיס אויף צוריק כדי די יודען זאלען האבען זכות אמהות, און ווי די שפת אמת פירט אויס בלשון קדשו והנשים רחמנים ביותר וכו' כן יעשה לנו עתה בזכות אמהות, לכן גם למ"ד תמה זכות אבות זכות אמהות לא תמה.
 

מצוה ליישב

אין ירושלמי שטייט אבער ניט אזוי, אין ירושלמי אויף מסכת סנהדרין (פ"י הל' א' דף ל"ו ע"א) שטייט אמר הקב"ה לישראל אם ראיתם זכות אבות ואמהות שהתמוטטה וכו' לכו והודבקו בחסד מה טעמא כי בהרים ימוש והגבעות תמוטינה כי ההרים ימושו זה זכות אבות והגבעות תמוטינה זו זכות אמהות מכאן ואילך וחסדי מאיתך לא ימוש עיי"ש. קומט אויס אז די ירושלמי האלט אז תמה זכות אמהות ניט ווי עס שטייט אין שפת אמת, אין אזוי פארטשייט רש"י אין ישעי' (נ"ד י') אויפן פסוק כי ההרים ימושו והגבעות תמוטינה פירש"י אף אם תכלה זכות אבות ואמהות חסדי מאתך לא ימוש, ומצוה ליישב.



עיצוב: אפרת נוילנדר | תיכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר