סקר
הסבב ה-14 - באיזה סבב של דף יומי אתה?
ראשון
שני
שלישי
רביעי ומעלה


 

המכבה את הנר מפני שהוא מתירא וכו' / הרב פנחס וויליגער

שבת כט ע"ב

 

רב תחליפא'ס ברכה

מס' שבת (דף כ"ט ע"ב) המכבה את הנר מפני שהוא מתירא מפני נכרים ומפני ליסטים מפני רוח רעה מפני החולה שישן פטור, כחס על הנר כחס על השמן, כחס על הפתילה חייב, זענען די מפרשים מסביר אז די לשון כחס מיינט אז ווען עס טיט עם וויי צו זעהן אז ער וועט שאדען האבען צו פיל אויל אדער קנויטען וועט ער עס אויסלעשען, דארף מען פארשטיין פארוואס האט ניט די משנה ארויסגעזאגט כשהוא חס וואס איז די לשון כחס.
 

דו ווינדערליכען פשט פונעם גאון

איז פארהאן א ווינדערליכען פשט פונעם ווילנער גאון די גמרא אין מסכת ביצה (דף ט"ז ע"א) זאגט כל מזונותיו של אדם קצובין לו מר"ה חוץ מהוצאת שבת ויו"ט, והוצאת בניו לתלמוד תורה, שאם פחת פוחתין לו ואם הוסיף מוסיפין לו, אויב מען לאזט זיך קאסטען לכבוד שבת יאמאלט צאלט אים דער אויבערשטער צוריק די הוצאות, אין אויב ער שפארט זיך געלט אויף קויפען לכבוד שבת דעמאלט טוט מען אראפרעכענען פון וויפיל געלט ער וואלט געדארפט פארדינען. קומט אויס זאגט די ווילנא גאון איז רעכט פארוואס די משנה כאפט אן די לשון כחס על הנר, פחס על השמן, כחס על הפתילה, ווייל באמת שפארט ער גארניט וואס ער לעשט אויס די לעכט נאר אדרבה פוחתין לו, נאר וואס קען כחס עס זעהט ווי ער שפארט זיך אויף יענעם מומענט רעדט ער זיך איין אז ער שפארט זיך די פאר קראצעס.
 

מען דערציילט ניט

טייערע יודען די ווארט דארפען מיר כסדר געדענקען. מען קען זיך איינרעדען אז מען שפארט זיך געלט, ביז דערווייל דערלייגט מען, ווען עס קומט צו הוצאת שבת ויו"ט זאל מען וויסען אז ווי מער מען קויפט עסען אדער קליידער לכבוד שבת אדער מען לאדענט איין אורחים לכבוד שבת איז דא דער ברכה פון רב תחליפא אז מוסיפין לו, אז עס וועט אריינקומען א ברכה אין זיין געלט, תוס' לערנט דארט אין מס' ביצה אז די ברכה איז נאר לגבי שבת ויו"ט, אין הוצאת בניו לתלמוד תורה, אבער די שיטה מקובצת ברענגט פונעם ריטב"א שהוא הדין להוצאת של כל המצוות שאינן בכלל הקצבה שקוצבים לו, קומט אויס לויטן ריטב"א אז ווי מער א איד טוט אויסגעבען פאר סיי וועלכען מצוה, תפילין מזוזה, כשרות אכילה ושתיה, צדקה, הכנסת אורחים, מצות הלואה וכו' אויף וויפיל ער טוט מוסיף זיין איז מוסיפין לו מן השמים בכפל כפליים, כי חדות ה' ההיא מעוזכם ווי די גמרא דרשנ'ט די פסוק אין נחמיה ווי מער מיר פרייען זיך אין די רבונו של עולם מצות טוט אייבערשטער צוריק צאלן מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.
 

פרשת בחקותי

אין דאס קען אפשר זיין פשט אם בחקתי תלכו פרש"י שתהיו עמלים בתורה ואת מצותי תשמרו ועשיתם אותם. דאס מיינט אז מען וועט מקיים זיין די מצות בהידור מען וועט זיך פלאגען אין תורה מען וועט זיין כל המוסיף, יאמאלט ונתתי גשמיכם בעתם וכו' וועט זיין מוסיפין לו מן השמים.



תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר