סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

דאגה'ט נישט / הרב פנחס וויליגער

סנהדרין ק ע"ב

 

דאגה'ט נישט
סנהדרין דף ק' ע"ב
שלמה המלך זאגט אין משלי דאגה בלב איש ישיחנה, אין די גמרא איז פארהאנען א מחלוקת וואס איז פשט אין די ווארט ישיחנה, ר' אמי ור' אסי חד אמר ישיחנה מדעתו, וחד אמר ישיחנה לאחרים איינער האלט ער דארט אוועקווארפן די זארג, אין איינער האלט ניין פונקט פארקערט ער דארף עס גאר איבער זאגען פאר זיין חבר. דארף מען פארשטיין אין וואס ווענדט זיך די מחלוקת.

א גוטן חבר
פשוט פשט איז אז דורך זיך אויסרעדען צו זיין חבר זיין דאגה זיין פראבלעם האט ער זיך אויסגערעדט זיין הארץ קען ער שוין די דאגה פארגעסען, א חסידישען פשט איז דא פון די גרויסע רבי ר' צבי אלימלך שפירא זצ"ל די פארפאסע פון די וועלטס באקאנטע ספר בני יששכר, אין זיין ספר אגרא דפסקא (אות קי"ד) אז געווענטליך צו וועמען גייט זיך א מענטש אויסרעדען זיינע צרות, צו זיינע א גוטע פריינד, קומט אויס אז ווען זיין חבר וועט הערען זיינע פראבלעמען וועט עס אים שטארק ווייטען, נו אין הימעל איז דאך נישט נגזר געווארן אויפן חבר קיין צער אין עגמת נפש במילא וועט כביכול מוזען אוועק נעמען די צרה פונעם מענטש. און אזוי שטייט אויך אין נאמען פונעם חידושי הרי"ם.

איינרייסען צו ברענגען משיח
מער א פנומיות'דיגע דערהער אויפן אויבענדערמאנטען גמרא, האב איך געהערט פון הרה"ג ר' אברהם שהרר שליט"א. אז "דאגה בלב איש" איז בגימטריא נחש, עס זענען דא אזעלעכע דאגות וואס א מענטש זארגט זיך וואס קומט מצד החסרון הבטחון, ער זארגט וואס וועט געשעהן מארגען פרנסה וכדו', די סארט דאגות נעמט זיך מכח די נחש הקדמוני, די סארט דאגות דארף ער תיכף מסיח דעת זיין, און נאר האבען די ריכטיגע אמונה און בטחון די בורא כל עולמים וואס איז מחליף את הזמנים אין איין מינוט. דערנאך איז דא אן אנדערע דאגה, א דאגה פאר רוחניות "דאגה בלב איש" אז אויך בגימטריא משיח אויף די סארט דאגה ציפית לישועה ישיחנה מלשון שיחה תפילה דאווענען און בעטען מתי תמלוך בציון, און נישט נאר ער זאל בעטען נאר ישיחנה לאחרים מאכן אנדערע זאלען אויך בעטען נאר ישיחנה לאחרים מאכן אנדערע זאלגן אויך בעטען אין שרייען עד מתי עד מתי, און ווי די ליובאוויטשער רב"י זצ"ל האט אין פייערדיגע שיחה געזאגט אז אויב מען וואלט געשריגען עד מתי מיט א אמת וואלט משיח שוין פון לאנג געקומען.

עס פעלט די אות בית
איך האב געזען א רמז אז די ווארט דאגה, איז די ערשטע אויתיות פון די אלף בית "אגדה" אן די אות ב', דאס ווייסט אז ווער עס האט דאגות פעלט אין אים די אות ב' וואס איז מרומז אויף בטחון ,רבותי לאמיר זיך אלע אנגארטלען אין די מידה פון בטחון וועט מען נישט האבען מער קיין דאגות, אין ווי איך האב געהערט פון די גרויסע צדיק אין משפיע פונעם ליובאווישען רבין דא אין מאנטריאל הרה"ג גרינגלאס שליט"א אז איינער איז געקומען צום ליובאוויטשער רבי (האדמו"ר ר' מנחם מענדיל שניאורסאהן זצ"ל) אין זיך אפגערעדט אז ער איז א ליידיגער מיינעדוג צו זאגן אז ער האט גארנישט, האט אים די רבי גענטפערט אז אויב ער איז ליידיג, איז ער כלי פאר אלעס, קען ער מקבל אלע השפעות טובות פון אויבען אמן כן יהי רצון.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר