סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

אונזער הייליג לאנד ארץ ישראל / הרב פנחס וויליגער

סנהדרין ע ע"א

 

אונזער הייליג לאנד ארץ ישראל
סנהדרין (דף ע' ע"א)
די גמרא פרעגט מאימתי חייב, פון ווען אן הייסט ער א בן סורר ומורה, משיאכל תרמיטר בשר, וישתה חצי לוג יין האיטלקי, דאס מיינט אז אויב ער האט זיך אנגעגעסען מיט אזא גרויסע מאס פון א תרמיטר, און ער טרינקט א האלב לוג פון וויין איטלקי, ווערט ער אנגערופן א בן סורר ומורה.

וואס איז יין האיטלקטי
רש"י טייטש אפ יין האיטלקי אז די וויין פון איטליא איז זייער גוט וממשיך אחריו, און דאס ציט צוטרינקען נאך און נאך, אבל אם שתה יין אחר אינו חייב אבער אויב ער האט געטרונקען אנדערע וויין וועט ער נישט מחויב זיין אלץ בן סורר ומורה, אבער די יד רמה פארטייטש יין האיטלקי מיינט נאר צו זאגן א געוויסע מאס אז א לוג אין איטלקי איז א גרעסער מאס לוג ווי אין אנדערע פלעצער, קומט די גמרא ביי אונז זאגן אז דווקא אויב ער טרינקט אזא גרויסע לוג וויין ווערט ער א בן סורר ומורה.

קען ניט ווערען א בן סורר ומורה
די גרויסע גאון ר' ראובן מרגליות זצ"ל דער מחבר פון זיין הערליכען ספר אויף מסכת סנהדרין מרגליות הים ערקלערט א נייעם דין לויט די אויבענדערמאנטען רש"י, די הלכה איז אז איינער גנב'עט געלט פון זיין טאטע און קויפט מיט דעם פלייש און יין האיטלקי ווערט ער א בן סורר ומורה, אויב אבער ער האט דאס געגעסן אין א סעודת מצוה ווערט ער נישט א בן סורר ומורה. ווייל די טעם פארוואס מען הרג'עט די בן סורר ומורה איז ווייל צום סוף וועט ער גיין הרגנען מענטשען, דערפאר הרגעט מען אים שוין יעצט, אויב האט ער געגעסען די פלייש און וויין ביי א סעודת מצוה, יאמאלט איז זיכער אז די זכות פון די סעודת מצוה וועט אים נישט לאזען זינדיגען אויף אזוי ווייט אז ער גייט דערמארדען א יוד.

פירות ארץ ישראל א סעודת מצוה
לויט דעם זאגט די מרגליות הים, קען זיין אז אויב די וויין וואס ער האט געטרונקען קומען פון די טרויבען וואס וואקסען אין ארץ ישראל, קען נישט געמאלט זיין אז די וויין וועט אים צוברענגען צו זיין א בן סורר ומורה, ווייל די קדושה פון די פירות ארץ ישראל איז נישט וויניגער פון א סעודת מצוה וואס יאמאלט ווערט ער נישט א בן סורר ומורה, אין ווי עס שטייט אין ב"ח אורח חיים (סימן ק"ח) אז די קדושה פונעם פירות איז משפיע אויפן מענטש קדושה. איז וועגען דעם שטייט אין די משנה אז דווקא מיט יין האיטלקי ווערט ער א בן סורר ומורה, אבער נישט פון די וויין פונעם ארץ הקדושה.

די שטיינער פון ארץ ישראל זענען שווערער פון חוץ לארץ
אינטערעסאנט צו באמערקען דא פאר מיין חשובע ליינערס אז נישט נאר אין גייסטיגשאפט אין רוחניות איז ארץ ישראל אנדערש פון אלע לענדער, נאר אויך פיזיש אין גשמיות איז ארץ ישראל גאר אנדערש פונעם גאנץ וועלט, די גמרא זאגט אין סוף מסכת כתובות (דף קי"ב ע"א) ר' חנינא מתקן מתקליה פארטייטש רש"י אז ווען ר' חנינא איז געגאנגען אין ארץ ישראל האט ער גלייך געמאכט די שטיינער אויפן גאס פון גרויס חביבת אין ליבשאפט פאר ארץ ישראל, אבער תוס' האט גאר אן אנדערע פשט אין די גמרא, תוס' פארטיישט די גמרא אז ר' חנינא האט אויפגעהויבען די שטיינער אין האט דאס אפגעוואויגן, אויב עס האט געוואויגן ווייניג האט ער געזאגט ער איז נאך נישט אנגעקומען אין ארץ ישראל, אויב אבער עס האט געוואויגן זייער אסאך האט ער געזאגט כבר נכנסתי לארץ ישראל, אז אט בין איך שוין אנגעקומען אין ארץ ישראל און תוס' ברענגט צי א מדרש תנחומא אין פרשת שלח וואס די זעלבע זאך אז ר' חנינא האט אפגעוואויגן די שטיינער און ווען ער האט געזעהן אז עס וועגט אסאך האט ער עס געקישט און געזאגט די פסוק כי רצו עבדיך את אבניה.

יעקב אבינו ווייסט די סוד
טייטש מיט דעם תוס' דער גרויסע גאון ר' יהונתן אייבשיץ אין זיין ספר תפארת יהונתן די פאריגע וואך פרשת ויצא ויקח מאבני המקום, פארוואס איינגעטליך האט יעקב גענועמן שטיינער, נאר היות ער איז געווען אויפן וועג קיין חוץ לארץ, נאר די מקום פון הר המוריה איז אים אנטקעגען געקומען, האט ער געוואלט זעהן צו איז ער נאך אין ארץ ישראל אדער שוין אין חוץ לארץ, דערפאר ויקח מאבני המקום האט ער אויפגעהויבען די שטיינער צו זעהן צו עס איז שווער אדער נישט, רבותי נעקסטע מאל איר פארט אויף ארץ ישראל פרובט דאס אויס.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר