סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

א רפואה פארן אויג / הרב פנחס וויליגער

בבא בתרא קכו ע"ב

 

גמירי בוכרא דאבא, מסי רוקיה, די גמרא ברענגט דא ביי אונז, אז מיר האבן אנגענימען, אז א בכור, אן ערשט געבוירענע, פון די פאמיליע, די עלטסטער פון שטוב, האט א ספעציעלן קראפט אין זיינע שפייעכץ, אז עס קען היילען, זאגט רש"י אויפן ארט, אז די היילונגס קראפט, וואס די שפייעכץ פון א בכור פארמאגט אין זיך איז אויף אויגן, עס האט א כח אויסצוהיילען, אויגען ווייטאג, אויגען שמערצען. אין שלחן ערוך חושן משפט סי' רע"ז סעיף י"ג ברענגט ער, אז די כח ליגט נאר אין די שפייעכץ פון א בכור לאב, דאס הייסט א קינד וואס איז די ערשטע צו זיין פאטער, און נישט צו א קינד וואס איז נאר א בכור צו די מאמע.

א געדאנק פונעם גערער רבי די אמרי אמת
ביים אלטען גערער רבי זצ"ל (רבי אברהם מרדכי תש"ח) איז פארגעקומען אמאל אן אינטערעסאנטע עפיזאד, ווען פארענדיג, אין א באהן, זיצנדיג אין זיין וואגען, קומט אריין א יוד, א בלינדער נעבעך, ער האט נישט גוט געקענט זעהן מיט זיינע אויגען, און געבעטן מיט א געוויין אז דער רבי זאל אים העלפן, און ער האט זיך ארויסגעדרייט פון אים, ביז יענער האט אים געמוטשעט אז דער רבי איז דאך א בכור, זייענדיג דער עלטסטער קינד פון זיין גרויסען פאטער דער שפת אמת (ר' אריה לייב זצ"ל) און די גמרא זאגט דאך בפירוש אז א בכור קען שפייען און היילען דערמיט די אויגען, נו, זאל דער רבי שפייען, האט ער זיך ווייטער ארויסגעדרייט, זאגנדיג, אז עס דרייען זיך ארום גענוג בכורים אויף די גאסען, און עס מיז נישט זיין פונקט אים.

פארלוירן די בכורה
און דערנאך האט ער אים צוגעלייגט, אז יעצט איז אים פארענטפערט געווארן א מדרש אין פרשת תולדות, וואס ער האט ביז יעצט נישט פארשטאנען, עס שטייט אין די תורה, ווען עשו האט געוואלט זיין פאטער זאל אים בענטשען, און יצחק אבינו האט אים געענטפערט, אז דיין בריעדער יעקב האט דיך שוין אויסגעכאפט, האט עשו זיך אפגערעדט פאר אים, הכי קרא שמו יעקב, ויעקבני זה פעמיים, אומזינסט האט מען אים געגעבן א נאמען יעקב, ער האט מיר שוין צוויי מאל אונטער געשטעלט א פיסל, און מיר אויסגענארט, מיין בכורה האט ער מיר צוגענומען, פאר אביסל רויטע לינזען, און יעצט די ברכות אויך, די מדרש שטעלט זיך טאקע אויף דעם לשון הכי קרא שמו יעקב, זאגט דער מדרש אז עשו האט זיך גענומען שליקעצען און היסען, און שפייען פאר כעס, קעגן יעקב זיין ברידער וואס האט אים אזוי מיאוס אפגענארט, ווען איינער שליקעצט, און שפייט, הערט זיך פון זיין מויל אזא גערויש, פון הכי, וועגן דעם האט ער זיך אזוי אויסגעדריקט, הכי קרא שמו יעקב ויעקבני זה פעמיים.

פארוואס האט עשו געשפיגען
זאגט דער אמרי אמת וואס וויל דא דער מדרש, וואס גייט מיר אן צו עשו האט יא געשפיגען אדער נישט געשפיגן, נאר מיט אונזער גמרא, איז דאס גאר שיין פארענטעפרט, עשו דערזעהט זיך דא מיט זיין פארציע עסן וואס ער האט הערשט געפאנגען פריש ספעציעל פאר זיין טאטע, אלץ כדי ארויס צו באקומען זיינע ברכות, און דא, אזא דורכפאל, יצחק דער טאטע האט שוין געגעסן, ער איז שוין פיין זאט, ער האט שוין אפילו געבענטשט זיין אנדערע ברידער, יעקב, וואס טוהט מען דא, איז אים אייגעפאלען א גוטען איינפאל, די ברכות האב איך פארשפילט, נו, פארפאלען, אבער, א בכור בין איך דאך, איך בין דאך דער עלטסטער פון די משפחה, לאמיר פראבירען אויסצוהיילען מיין טאטע, ווייל שפייעכט פון א בכור, האט א אויסערגעווענליכע כח צו היילען קראנקע אויגען, יצחק איז דאך געווען, ויהי כי זקן יצחק ותכהין עיניו מראות, ער האט דאך געהאט פארכלעמאטישע אויגען, איז לאמיר טעסטן, צו איך קען אים היילען, זאגט דער מדרש, כחך בגרונו, ער האט זיך גענומען שפייען אויף יצחק'ן, און ער זעהט, אז ער האט די בכורה אויך פארשפילט, ער האט ביידע דערלייגט, נישט די ברכות און נישט די בכורה.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר