סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

פארוואס רופט מען דאס די פנטיגון / הרב פנחס וויליגער

בבא בתרא קסד ע"ב

 

תני רב דימי אחוה דרב ספרא, לעולם אל יספר אדם בטובתו של חבירו, שמתוך טובתו בא לידי רעתו, א מענטש זאל נישט רעדן וועגן זיין חבר, אפילו קיין גוטס אויך נישט, ווייל רעדנדיג גוטס, וועט ארויסקומען דערפון שלעכטס, און עס וועט צוקומען צו לשון הרע, פשוט פשט, איז, ווייל ווען מענטשען הערן גוטס אויף א צווייטן מענטש, איז די נאטור שטענדיג צוצולייגען, נו! עס איז נישט ממש אזוי, ער האט פעלער. אויך, ער איז נישט אזא מושלם, מאך אים נישט פאר אזא גרויסע צדיק, און אזוי קומט עס צו, צו לשון הרע.

געזעגינען זיך מיט תורה
האב איך אמאל געהערט נאך זאגן, פון דעם רב פון מעלבורן – אוסטראליע, הרב ר' אברהם צבי בעק שליט"א, האט ער איינגעטייטש, גאר א שיינעם געדאנק אין די באקאנטע גמרא, אין מסכת ברכות דף ל"א, לעולם אל יפטר אדם מחבירו, אלא מתוך דבר הלכה, שמתוך כך זכרהו, א מענטש זאל זיך נישט געזעגענען, מיט זיינס א חבר, נאר מיט, א תורה'דיגע שמועס, אזוי ארום, וועט ער אים בלייבען געדענקען אלע ספרים מוטשען זיך צו געבן פארשטיין די גמרא, א טייל זאגען פשט, אז מען זאל פרעגן א קשיא, אויף א סוגיא, אזוי וועט דאך בלייבן שווער א שטיקל גמרא, וועט מען שטענדיג זיכן א ענטפער, וועט ער אים געדענקען, זאגט ער, דער מעלבורנער רב שליט"א אז ווען א יוד טרעפט א צווייטען יוד, אה! שלום עליכם, וואס טוט זיך? וואס מאכט מען עפעס גוטס? ווי אזוי פילט איר זיך? אה, איר קומט פון יענעם ארט, וואס מאכט עפעס יענער יוד, איך האב אים שוין לאנג נישט געזעהן? יעצט, וואס ענטפערט איר אויף אזא סארט פראגע, שלעכטס טאר מען דאך נישט רעדן. עס איז לשון הרע, גוטס טאר מען דאך אויך נישט רעדן, וועגן אונזער גמרא, אין בבא בתרא, איז וואס טוט מען דא?! ער זאל אייך נאכזאגען, עפעס א גוט ווארט, אזוי ארום, מתוך כך זכרהו, וועט איר אים קענען דערמאנען. איר וועט שוין נישט האבען קיין פראבלעם, איר וועט יענעם ענטפערן, אה! דער יוד, האט מיר פונקט נאכגעזאגט, א גוט ווארט, אין זאגט יענעם נאך די ווארט, וועט שוין יענער אליינס פארשטיין, אז אלעס איז מיט יענעם בסדר, און יענער ליגט אין לערנען און איר זענט נישט נכשל געווארען מיט לשון הרע.

די בריסקער רב מיט זיין תלמיד די חזן
אמאל איז דער בריסקער רב זצ"ל, אנגעקומען אין א שטעטל אויף שבת, ארומפארנדיג אין די שטעטלעך, און איינער פון זיינע געוועזענע תלמידים פון זיין ישיבה, איז אין יענעם שטעטל געווען דער חזן, דאס איז געווען דעם תלמיד'ס פרנסה, און דער בריסקער רב , האט זיך שטארק דערפרייט, זעהנדיג זיין אלטע תלמיד, אין גאנץ שבת איז אריבער גאר דערהויבען. עס איז געקומען צו שלש סעודות, ביי די ענדע פונ'ם שבת.האט דער בריסקער רב זיך גענועמן רעדן בשבח פון דעם תלמיד, דער שטאט'ס חזן, ער האט געוואלט דערהייבן זיין תלמיד'ס, כבוד, אין די אויגן פון די בעלי בתים פון די שטאט, זאגנדיג, ווי פלייסיג ער פלעגט לערנען, אין ישיבה, און ווי א גרויסע בעל מידות ער איז, און אזוי האט ער ארום גערעדט באריכות אין דער חשיבות פון זיין געוועזענער תלמיד. נאך די תורה, זאגט אים דער תלמיד, רבי! וואס האט איר דא געטאן, איר האט מיר אוועקגענומען די גאנצע פרנסה, מיט דעם וואס איר האט אזוי ארויסגענומען, די מעלות פון מיר, אין תורה און יראת שמים האט איר דאך קאליע געמאכט, אז עס זעהט אויס פון אייערע ווערטער, אז נאר צו דעם טויג איך, אין חזנות צו זינגען, דאס נישט, ווייל די נאטור פון מענטשען, איז אפצולערנען ווערטער, און דערפון ארויס צו נעמען. וואס האט ער יא געזאגט. און וואס ניט, און דערפון נעמען זיי ארויס קריטיק. אויף דעם מענטש, און ווייל די רבי האט אזוי שטארק ארויס געברענגט, די מעלות פון מיין התמדה, און יראת שמים, און בכלל גארנישט דערמאנט, פון מיין ספעציאליטע, מיט וואס איך בין דא אין שטאט באקאנט, האט איר מיר קאליע געמאכט,

איז דאס א קאמפלימענט?!
האט דער בריסקער רב זצ"ל זיך אנגערופן, יעצט איז מיר בייגעפאלען, א נייעם פשט, אין די גמרא אין בבא בתרא, לעולם אל יספר אדם בטובתו של חבירו, שמתוך טובתו בא לידי רעתו, אז עס קען אמאל זיין, א גוט ווארט, וואס ביי איינעם איז עס גאר גיט, עס איז א שטארקע קאמפלימענט, אין די זעלבע ווארט, ווען מען זאגט עס פאר א צווייטען יוד, ברויך יענער בכלל נישט צוקומען דערצו, פארקערט גאר, עס מאכט אים נאר קאליע, פון די ווערטער לערנען זיך אנדערע גאר ארויס, אז נאר די מעלה, האט ער, אבער די אנדערע קוואליטעטן וואס מען וויל פון אים האבן דאס זעהט זיך אויס פון די ווערטער, אז דאס האט ער נישט, דאס איז פשט, אל יספר אדם בטובתו א חבירו, א גוט ווארט וואס ביים חבר איז עס גוט, קען גאר זיין מתוך טובתו בא לידי רעתו. פאר דעם גאר, איז עס שלעכט.

וואס האט פינף עקען
אזוי לערנענדיג דא אין אונזער גמרא אויף דעם זעלביגן עמוד, איז מיר אנטקעגן געקומען אן אינטערעסאנטער רש"י, וואס איך בין זיכער אז אנדערע האבן שוין אויפגעמערקט, די גמרא רעכנט דא אויס, אלע מיני פארמען, פון קעסטלעך, רינדיכיגע, פיר עקעדיג, צוויי עקעדיגע, ניצט די גמרא דערויף פיל נשמות, איינס פון די אלע זאגט די גמרא "פנטיגון", זאגט רש"י יש לו חמש פינות, עס האט פינף עקן, פינף שפיצן, און רש"י ערקלערט עס אונז מיט א בילד דערצו.

די פאסירונגען פון כ"ג אלול
און אזוי ווי עס איז דאך יעצט דער יארצייט פונ'ם היסטארישען אטאקע געגן אמעריקע, אויף אמעריקאנעם באדן, ווען צווישן אלעס, איז דער "פענטעגאן" שטארק געשעדיגט געווארן, וואס אין יודישען דאטים, האט דאס פאסירט כ"ג אלול. אין דעם דאגיזן יאר כ"ג אלול צום ערשטן יארצייט, לערנען מיר דעם בלאט קס"ד – קס"ה, וואס ער ווערט דערמאנט און רש"י, דער מקור, פון "פנטגון", דער פינף שפיציגער בילדונג איז א צייט צו מאכן א שטיקל חשבון הנפש, און ארויסנעמען. א מוסר, פון די געשעהניש. דער גרויסער אמעריקער, דער וועלטס מאכט, ווי שטעקט דער סוד פון איר גרויסקייט? אין איר מיליטערישער שטארקייט, און איר עקאנאמישער שטארקייט, און די צוויי הויפטקווארטירן זענען, טאקע געשעדיגט געווארן, דארך אפאר, פרימיטיווע, ציווילידעוועטע, פאנאטישע אראבער דער ווארלד טרעיד צענטער, וואס איז דער הויפט קווארטיר פונם עקאנאמישען שטאנד פונקט. און דער פענטאגאן, איז דער הויפט קווארטיר פונם מיליטערישן גרויסמאכט, צו ווייזן פאר די וועלט, אז דער אייבישטער, איז דער איינציגסטער, באשעפער אויף די וועלט, און דער שטארקסטער כח, און קראפט, וואס עס איז נאר פארהאן.

אלעס איז מרומז אין תנ"ך
און ווי איראניש, עס קלינגט, איז דער "פנטיגון", ווי עס ווערט דא דערמאנט אין די גמרא, בגימטריא, די מספר פון "208" פונקט ווי דער חשבון "מי כמכה באלים" וואס ווייזט אן אויף דעם אויבערשטענס שטארקקייט, און אויך דער חשבון פון "הגר", די דינסט פון אברהם, די מאמע פון די בני ישמעאל, און אזוי אויך די ווערטער, "כל חיל עם", אז אלע מיליטערישע פלענער – זענען צו נישט געווארן קעגן דעם גבורה פונ'ם אלמעכטיגן ג-ט.

א רוף אויף חשבון הנפש
איז טייערע ליינער, ווען מיר גייען צו, צו די ימים נוראים, פארגעסט נישט דעם מעסעדזש, כי לה' המלוכה, ער איז דער מלך מלכי המלכים, און ראש השנה, איז דער יום המלוכה, דער טאג וואס ער האט באגינען קעניגען אויף דער וועלט, לאמיר אים טאקע ממליך זיין איבער אונז, מיטן פילסטן מאס ערנסקייט, און אזוי וועלן מיר זוכה זיין, צו א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר, און געראטעוועט ווערן פון אלע אנשיקענישן, און צרות, און געהאלפן ווערן מיט די גאולה שלימה, אמן!

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר