סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

מעג מען אריינפרעגן אינמיטן א דרשה?! / הרב פנחס וויליגער

בבא בתרא פא ע"ב

 

אמר לו, דבר שהראשונים לא אמרו בו טעם, תשאלנו בביהמ"ד כדי לביישנו. ר"ש בן אליקים האט געפרעגט פאר ר' אליעזר, א שאלה, אין ר' אליעזר האט עס אפגעענטפערט. מיט א טענה, אזא מין זאך וואס די ווייסט גאנץ גוט, אז איך וועל דיר נישט קענען ענטפערען, ווייל אפילו די פריערדיגע האבן אויף דעם אויך נישט געהאט וואס צו זאגען, אזא שאלה פרעגסטו מיר אין בית המדרש ברבים, כדי אזוי ארום מיר צו פארשעמען, אין באליידיגען?! דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, פרעג מיר נישט אריין אינמיטן מיין פארלערנען. אין ספעציעל אזא זאך, וואס דו ווייסט, אז איך וועל דיר נישט קענען פארענטפערן.

אן ענדליכע גמרא זעהן מיר אין מסכת מועד קטן (ה.) אז ר' ינאי האט אויסגעלויבט זיינס א תלמיד אז ער האט שכל און ער פרעגט אים נאר אריין א פשט'ען שבת ביי די דרשה, אדער א שיינעם שכת אשבתא דריגלא. וואס דעמאלטס, איז דא א גרויסען עולם, דעמאלטסהאלט זיך דער תלמיד איין, און פרעגט גארנישט אריין, ווייל ער וויל נישט זיין רבי'ן אריינלייגען אין א פארלעגענהייט און ער וויל אים נישט פארשעמען, און אזוי אויך אין מסכת חולין (ו.) אז מען זאל נישט אריינפרעגן א שאלה וואס מען ווייסט, אז דער בעל דרשן, וועט אפשר נישט האבן וואס צו ענטפערען, אין אזוי אויך אין מס' שבת (ג:) אז ווען מען לערנט פאר איין מסכת זאל מען אריינפרעגן פון אן אנדערע מסכתא, ווייל אפשר קען זיין, אז דער רבי איז נישט גענוג פארגעברייט, פון אלע אנדערע מסכתות, אין ער קען אים ח"ו פארשעמען.

אראפ פונ'ם באלעמער!
אינטערעסאנט איז אבער, אז די גמרא אין חולין דף פ"ד ע"ב, רעדט דארטן ווען איינער פון די אמוראים האבן געזאגט אן הלכה, וועגן כיסוי הדם אין שבת אין די גמרא בייזערט דיך דארטן אזא זאך געזאגט ווערן ברבים אמר להו רבה אישתומא קאמר, לישמטוה לאמוריה מיניה , אוועק שלעפן פון אים דער מתורגמן, שטעלט זיך דער פראגע, ווען יא? און ווען נישט? מעג מען יא פארשעמען, א רבי'ן ווען ער זאגט פאר זיין שיעור, ווען ער זאגט א זאך, וואס ער ווייסט נישט, אדער מעג מען נישט?

וישמחו כי ישתקו
נאר וואס דען, מען קען מאכן א שיינם חילוק, שרייבט די גאון הרב ישכר שלמה טייכטאהל ז"ל אין זיין ספר שו"ת משנה שכיר, אז נארמאל ווען א בעל דרשן זאגט עפעס, סתם אריינפרעגן און צושטערן זיין דרשה, אדער אויפצוווייזען אז ער קען נישט, דאס איז טאקע א גרויסע אומרעכט, אבער ווען א בעל דרשן שטעלט זיך אויף צו זאגען זאכען קעגן די הלכה, דברי שטות, אדער נארישקייטן, אדער פארדרייט פסוקים, וואס ליידער אין די יודישע היסטאריע, האט פון די סארט בעלי דרשנים נישט געפעלט, אזא בעל דרשן, איז א מצוה צו פארשמען, אין טאקע ברבים

די בחור'ס קשיא
עס איז דא א ספר ערכי עלי, עס ווערט געברענגט אין ספר סגולת ישראל, אז דער בעל ספר הדורות האט אמאל גערעדט א דרשה פאר א גרויסן עולם, אין דער שאגת אריה, איז נאך געווען א קליין בחור, ער האט געהאט א מורא'דיגען שארפען קאפ, אין ער האט אים אפגעשטעלט אינמיטן די דרשה, אין אריינגעברענגט אין אים אפגעפרעגט, אזוי ווייט, אז דער גרויסער גאון דער בעל סדר הדורות האט געמיזט אראפגיין פונ'ם באלעמער, ווייל ער האט נישט געקענט פארזעצען מיט זיין דרשה, וועגן א קליין בחור'ל, האט ער אים דעמאלטס נעבעך פארשאלטען, אז ער זאל שטענדיג זיין נרדף, אין דער קללה, איז נעבעך נתקיים געווארען, אין יעדן ארט ווי ער איז געווארן רב, האט ער געהאט מחלוקת מיט פראבלעמען אין געמוזט באערדיגט אנטלויפען, ביז ער איז געווארן רב, אין די שטאט מיץ, אין דארט ליגט ער טאקע באערדיגט.

די רדיפות פונעם שאגת אריה
אבער טייערע ליינער גיט זיך נאר א באטראכט וואס דא האט זיך אפגעטוהן, מען רעדט דא, פון א גאון וגדול, וואס איז אויסגעקריצט מיט גאלדענע בוכשטאבן אין די יודישע היסטאריע, דער גרויסער שאגת אריה, וואס ביז היינט, קיינער פון די פוסקים רירט זיך נישט אן אים, גייט נאר ארום. ווי נאר איר טרעפט א מקום תורה, אין גיט א קוק אויף די פאליצעס – וועט איר זעהן אז שאגת אריה, דאס איז א מיז אין יעדן ארט, אין פארגעסט נישט, ער איז נאך געווען א קליין בחור'ל, און ער האט גארנישט געמיינט קיין שלעכטס אין אזא קללה אריינצוכאפען?! דאס איז פשט פון די ווערטער חכמים הזהרו בדבריכם.

קלאפ נישט אריין אין מיטן ווארט
אין ספרי פרשת בהעלותך אויפן פסוק שמעו נא דברי, ברענגט אז, אהרן אין מרים האבען געוואלט אריין פרעגן אין מיטן די אייבערשטער'ס ווערטער האט דער באשעפער געזאגט צו זיי ווארט צו ביז איך וועל ענדיגן מיינע רייד. צו פארענדיגן איז שיין צוצולייגען, אז דער ספר חסידים, אין סעיף תתקע"ב זאגט, אז אויב איינער ווייסט ביי זיך אז ער איז א גרויסער חריף, זאל ער זיך אפילו נישט אראפזעצען, אויסהערן יענעם'ס א דרשה, ווייל דער בעל דרשן וועט אים דערזעהן, וועט ער זיך דערשרעקן, אין פארמישט ווערן, אין אזוי ארום פארשעמט ווערן.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר