סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

די גרויסארטיגע סעודת לויתן מיט'ן שור הבר
השתוקקות אויף ארץ ישראל / הרב פנחס וויליגער

בבא בתרא עה ע"ב

 

פארציילט אונז די גמרא, אז עס איז דא ירושלים של עולם הזה. און עס איז דא ירושלים של עולם הבא, אמר רבה אמר ר' יוחנן, לא כירושלים של עולם הזה, ירושלים של עולם הבא, ירושלים של עולם הזה, כל הרוצה לעלות עולה, של עולם הבא, אין עולין אלא המזומנין לה, דא אין די יעצטיגע ירושלים – איז יעדער איינער ווילקאמען, יעדער קען קימען, מען מאכט קיינעם נישט קיין פראבלעמען, אבער ירושלים של עולם הבא, דארט איז נישט יעדער ערלויבט אריינצוקומען, נאר די וואס זענען פערזענליך איינגעלאדענד געווארען, נאר די מעגן דארטן זיך דרייען ליידענט אייך אליינס!

שטעלט זיך דער גערער רבי (רבי שמחה בונם) – דער לב שמחה זצ"ל, וואס הייסט דאס, מען לאדענט, נאר געלאנדנטע מענטשען, מעגן זיך דארט ביטייליגען, ווען לאדענט מען? ווער לאדענט מען? ענטפערט דער גערער רבי זצ"ל, אז מען קען דאס פארשטיין מיט אן אנדערע גמרא אין מסכת כתובות (דף ע"ה ע"א) ברענט דער גמרא דארט אראפ א פסוק אין תהלים, ולציון יֵאָמר איש ואיש יולד בה, והוא יכוננה עליון, דער פסוק רעדט פון ירושלים, איז די גמרא מדייק, וואס איז די דאפעלטע לשון, איש ואיש, נאר זאגט די גמרא, מען רעדט פון צוויי קאטעגאריעס פון מענטשען, אחד הנולד בה, ואחד המצפה לראותה, אז עס גייט ארויף סיי אויף דעם וואס עס איז דארט געבוירען, אין סיי אויף דעם וואס ער האט עס נאך קיינמאל נישט דערלעבט צו זעהן, אבער ער גארט, און עכצעט עס צו זעהן, ווערט עס אויך גארעכנט אזוי ווי ער וואוינט דארט, זאגט דער לב שמחה, עס איז נישט פשט אזוי, אז יעדער ווער עס וויל איר זעהן, איז גלייך ווי ער איז געבוירען, נאר עס האט קאטעגאריעס, מדרגות, לויט וויפיל דער שטרעבונג פונ'ם מענטש איז דערצו, אזוי פיל ווערט ער גערעכנט, יעדער לויט זיין מצב, וועגן דעם שטייט יֵאָמר מיט א לשון עתיד, אז עס ווענדט זיך וויפיל דער מצפים וועט זיין, און לויט דעם וועט זיין דער יולד בה, לויט וויפיל דער מענטש וועט שטרעבן אהין, אזוי פיל איז ער דארט טאקע!

דער קלויזנבורגער רבי זצ"ל ברענגט אויך ארויס אן ענדליכע אויספיר, אויף זיין אייגנארטיגן שטייגגער, דער מדרש זאגט אויף אן ארט, אז נדב און אביהוא'ס זונד, איז געווען, אז זיי האבן געזאגט אימתי ימותו שני זקנים הללו, ואני ואתה ננהיג את הדור, ווען וועט שוין משה און אהרן שוין שטארבען, און אונז, נדב און אביהוא, וועלען פירען דעם יודישן פאלק, פרעגט ער ווי קומט דאס, אז נדב און אביהוא, זאלן רעדן אזוינע רייד, נדב און אביהוא, וואס די תורה דריקט זיך אויס אויף זיי בקרובי אקדש, אז זיי זענען נאך געווען גרעסער און הייליגער פון משה מיט אהרן, זיי זאלן זאגן אזעלכע ווערטער? זאגט דער קלויזנבערגער רבי זצ"ל די ענני כבוד די וואלקענעס מיט וואס יודען זענען געווען ארומגענימען אין מדבר, איז טאקע זייער א הייליג ארט, עס האט א געוואלדיגע קדושה, ס'טייטש, דעם אייבירשטענס פליגל, דלא דמהימנותא, אבער קדושת ארץ ישראל שטייגט איבער אלעס און פון גרויס השתוקקות און געגועין, צו ארץ ישראל, האבן זיי געווארט, מתי ימותו וואס זיי קענען דאך קיין ארץ ישראל נישט אריינגיין, נו! אויב אזוי, אז משה און אהרן קענען סיי ווי סיי נישט אריינגיין קיין ארץ ישראל זאלען כאטשיג אונז קענען אריינפירען די יודען קיין ארץ ישראל, און מען זאל נישט מער אזוי לאנג זיך ארומדרייען דא אין מדבר, דאס איז פשט ואני ואתה ננהיג את העם, זיי אריינפירען קיין ארץ ישראל, נישט סתם געוועלטיגן, בעל הביתי'ווען, נאר קיין ארץ ישראל

א פיש א שוחט מומחה
אז מען רעדט שוין פון ירושלים של מעלה, און די בענקשאפט אהין, וועל איך אייך אביסל פארציילען וואס עס וועט זיך דארט אפטוהן, וועט איר זיך טאקע אנהייבן שטרעבן, און בענקען זוכה צו זיין דערצו, און דעמאלטס וועט איר שוין טאקע זיין ראוי, יעדער איינער ווייסט, קינד און קייט, יונג און אלט, אז לעתיד לבא, וועט זיין א סעודה פון לויתן, און שור הבר, מיט יין המשומר, עס ווערט דערמאנט אין אקדמות, אויך ביי אונז אין די גמרא, ווערט עס אראפגעבראכט, אבער די ערשטע מקור, אין די מערסטע באריכות איז אין די מדרש (רבה פ' שמיני ג') א"ר יודן ברבי שמעון כל בהמות ולויתן הן קניגין של צדיקים לעתיד לבא, וכל מי שלא ראה קניגין של אומות העולם בעולם הזה זוכה לראותה לעולם הבא, כיצד הם נשחטים, בהמות נותץ ללויתן בקרניו וקורעו, ולויתן נותץ לבהמות בסנפיריו ונוחרו, אמאל איז געווען איינגעפירט ביי די גוים, צו גיין צו פארוויילינגס ערטער, און זעהן ווי צוויי אקסען, און אנדערע סארט בהמות שטויסען זיך, און עס איז געווען א געוואלטיגער פארגעניגען, דארט צוצוקוקען, עס האט זיך געגאסן בלוט, און דער וואס איז ארויס דער געווינער האט זיך שפעטער ארום געשלאגן מיט א מענטש, און דאס איז געווען רוצחישער פארגעניגען, זאגט דער מדרש אז די אלע וואס האבן זיך צוריקגעהאלטען אהין צו גיין, צו די אלע גויאישע ערטער, וועלן האבן א געלעגנהייט, דאס צוצוזעהן ווען דער לויתן מיט די שור הבר, וועלן זיך ארים קריגן, און דער שור הבר מיט זיינע הערנער, וועט דעם לויתן דערלאנגען דעם טויט קלאפ, און דער לויתן מיט זיין שארפע פליספעדערען, וועלן דעם שור הבר אפקולען, און פון דעם וועלן אלע צדיקים עסען.
פרעגט דארט דער מדרש, דאס איז דאך נישט קיין כשר'ע שחיטה, צו שחט'ן א בהמה, מיט פליספעדערן פון א פיש ווי אזוי קען מען דאס עסן, ענטפערט דער מדרש, תורה חדשה מאתי תצא, דער באשעפער גייט שרייבן א נייע תורה, און עס וועט זיין מותר זו עסן נבילה פליש, און אלע יודען וואס האבן זיך אויף די וועלט צוריק געהאלטען פון עסן נבילה פלייש, וועלן קענען עסן פון יענע כשר'ע נבילה פלייש.

דעם שור הבר'ס ספר תורה
אלע מפרשים מוטשען זיך מיט דעם מדרש, וועט דען זיין א נייע תורה, צו מעג מען עסן נבילה, און אז מען קוקט נאך אין פסוק (ישעיה נא-ד) שטייט נאר תורה מאתי תצא, נישט תורה חדשה וואו קען מען שרייבן א ספר תורה, אויף פעל פון נבילה, דער רבי ר' העשיל פון קראקא זאגט א שיין תירוץ אין חנוכת התורה, ער פארענטפערט עס מיט א גמרא אין שבת דף ק"ח ע"א, אז א בהמה טהורה איז געווערען א נבילה איז נאך מער חשוב ווי ווען א שוחט שחט א בהמה, ווייל א נבילה האט דער באשעפער גע'הרג'עט, און א כשר'ע בהמה, האט נאר א פשוט'ע שוחט געהרג'ט, וועגנדעם קען מען אויף א נבילה יא שרייבן א ספר תורה, פרעגט דארט תוס' דאס איז פארשטיינדיג ווען די בהמה איז פון זיך אליין געשטארבען, אבער ווען א מענטש מאכט דעם בהמה א נבילה דורך א פסולע שחיטה פארוואס זאל מען מעגען שרייבען אויף דעם א ספר תורה עס איז נישט מן המותר בפיך אין תוס' בלייבט ביי א קשיא נאר ענטפערט ער ווי עס איז געברענגט אין זוהר הקדוש אז לעתיד לבא וועט דער באשעפער שרייבען א ספר תורה פון די הויט פונעם שור הבור הלמאי לויט די אויבנדערמאנטען תוס' איז דאך נישט כשר צו שרייבען א ספר תורה פון אזא מין בהמה וואס איז געווארען א נבילה דורך א מענטש מיז מען ענטפערען אז דעמאלט ווען משיח וועט קומען וועט זיין בשר נבילה מותר צו עסען, וועט דאך דעם שור הבור זיין א מותר בפיך וועגען דעם וועט עס זיין א כשרע ספר תורה, אין דאס איז פשט אין דעם פסוק (ישעיה נ"ד) תורה מאתי תצא וויבאלד דער אויבערשטער וועט שרייבען די ספר תורה אויפן פעל פינעם שור הבור, פון דארט אפא וועט זיין די ראי' אז תורה חדשה מאתי תצא א נייעם דין פון תורה אז כשר נבילה וועט זיין מותר, א אנדערע תירוץ איז דא אז יוסף הצדיק האט געהאט א טענה, אויף זיינע ברידער די שבטים, אז זיי עסן אבר מן החי, אלע מפרשים פרובירן אונז צו געבן פארשטיין וואס איז געווען די מחלוקת צווישן זיי, צו מעג מען יא עסן, אדער נישט, איינער זאגט, אז די מחלוקת איז געווען צו האט מען א דין ווי בני נח, אדער ווי ישראל, אנדערע ענטפערן אז די שבטים האבן באשאפן נייע בהמות מיט ספר ידירה, דארך שמות אין כוונות, האבן זיי באשאפענט, בהמות, (אזוי ווי דער פראגער גולם דארכען מהר"ל) אזא בהמה, דארף נישט קיין שחיטה, און מען מעג אזא בהמה עסן אבר מן החי, אזוי ענטעפרט דער של"ה הקדוש, זאגט לויט דעם דער ר' צבי הירש קאיידנובער, דער זין פון דעם מחבר פונ'ם ספר ברכת שמואל, אין פרשת תזריע, אז דער שור הבר, איז אויך געווען אזא מין בהמה, וואס עס וועט ספעציעל באשאפען פאר דעם צוועק די צדיקים צו פארשאפען א פארגעניגען, איז נארמאל פסקענען מיר ווי יוסף הצדיק און נישט די שבטים, אז פאר מראית העין, אז מענטשען זאלן נישט מיינען אז יענער טוט נישט ריכטיג, וואלט מען נישט געמעגט עסן אבר מן החי, און אזא בהמה דארף מען יא שחט'ן אלץ דעם דין פון מראית העין, אבער דעמאלטס וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה', יעדער וועט וויסען אז די בהמה, איז באשאפענט געווארן מיט צירופי שמות, און עס וועט בטל ווערן די הלכה, פון מראית עין, און מען וועט קענען עסן אזוי ווי עס איז, און דאס וועט זיין דער תורה חדשה.

ארבע כוסות – נישט נאר פסח!
אינטערעסאנט איז אז דער ברכת שמואל ברענגט, פון פרשת וארא – בשם דעם בעל עשרה מאמרות אז דארט ביי די סעודה ועט מען דארפען טרינקען ארבע כוסות יין, פיר גלעזלעך וויין, פונקט ווי ביים סדר נאכט, אויך איז דא א שיינער שמועס צווישן די גדולי ישראל פון אלע דורות, צו דער סוכת עורו של לויתן, דאס וועט זיין א כשר'ע סוכה, וואס וועט זיין אויסגעהאלטן לויט אלע הלכות סוכה, אדער ניין, עס איז סתם א לשון פון באדעקן, עס וועט נאך זיין פאר א שאטען, ווי אלס הלכות סוכה, איז א פעל פון לויתן נישט כשר פאר א סוכה. ווייל עס ווערט נישט אנגערופען גדולי מן הקרקע.

א גוי וועט אויך עסן פון סעודת לויתן?!
ס'איז דא א ירושלמי אין מסכת מגילה (פרק א' הי"א) אז אנטונינוס, דער רוימישער קייזער, וואס איז געווען א גוטע פריינט פון רבינו הקדוש, האט אים אמאל געפרעגט, אויב ביי די סעודה פון לויתן, וועט אים רבינו הקדוש גיבן א שטיקל פיש, האט אים רבי געענטפערט, אוודאי! וואס פאר א פראגע האט ער אים צוריקגעפרעגט, פארוואס אין בית המקדש ווילסטו מיר נישט געבן פונ'ם קרבן פסח, און דעמאלטס וועסטו מיט יא גיבן, האט ער אים געענטפערט, וואס זאל איך טוהן אז קרבן פסח שטייט א פסוק כל בן נכר לא יאכל בו,
שטעלט זיך א פראגע, אנטונינוס איז דאך געווען א גוי ווען ער האט געפרעגט די שאלה פון רבי, ווייל הערשט נאך די שאלה האט ער זיך מגייר געווען ווי עס ווערט דארט אויסגעשמועסט אין די ירושלמי, אין מגן אברהם הל' סוכה, ווערט גע'פסק'נט, אז מען טאר נישט אריינלאזען א גוי אין א סוכה, נו! אויב איך האלט, אז די סוכת עורו של לויתן, וועט זיין אויסגעהאלטען, מיט אלע הלכות סוכה, ווי אזוי ווערט רבי יהודה הנשיא, קענען געבן פאר אנטונינוס א שטיקל פיש אין בכלל אויף אלע חסידי אומות העולם, אין ארויס נעמען דעם לויתן פונעם סוכה וואס וועט זיין ארומגענומען ארום גאנץ ירושלים וועט מען נישט קענען ווייל עס וועט האבען א דין פון קדשים קלים וואס ווערט נאר געגעסן אין ירולשים ווי די מהרש"א זאגט דארט אויפן ארט? נאר וואס דען, קען מען דאס אפשר צו פארענטפערן אז עס ווערט דאך געברענגט אז לעתיד לבא, וועט דער אייבישטער זאגען פאר די גוים מצוה קלה יש לי וסוכה שמה, וועלען אלע אים גיין בויען סוכות אין זיך אריינזעצען וועט זער אייבישטער ארויסנעמען די זון אויף זיי, ביז זיי וועלן שוין נישט מער קענען אויסהאלטען, און ארויסלויפען, נו! וואס וועט זיין מיט די ערליכע גוים, וואס וועלן יא אויסהאלטען און יא בלייבן זיצען וועלן די גוים האבען די רעכט אריינצוקועמן אין די גרויסע סוכה פונעם לויתן וואס וועט זיך באציען ארום גאנץ ירושלים ווי מען זאגט ביים דאווענען שבת ביינאכט הפורס סוכת שלם עלינו ועל כל עמו ישראל ועל ירושלים, נו, אזא גוי וועט קענען עסן פון דעם לויתן, אין די סוכה.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר