סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

משה רבינו'ס קשיא / הרב פנחס וויליגער

בבא בתרא סד ע"א

 

יתבו תלתא יומא בתעניתא בעי' רחמי די גמרא רעדט דא ארום אז די אנשי כנסת הגדולה האבען געפאסט דריי טעג אז די רבונו של עולם זאל מבטל מאכען די יצר הרע פון עבודה זרע, נפל פיתקא מרקועא דהוה כתיב בה אמת איז אראפ געפאלען פון הימעל א צעטעלע וואס שטייט אמת, דאס מיינט אז דער רבונו של עולם האט מסכים געווען צו זיי אין האט טאקע בטל געמאכט די תאוה פון עבודה זרה, אמר רבי חנינא שמע מינא חותמו של הקב"ה אמת.

ניין איז אמת
דער גרויסע צדיק ר' הערשלע מזידיטשוב זצוקל"ה האט געזאגט פארוואס הייבט זיך אן די תורה מיט די אות ב' אין נישט אלף, ווייל אויב מען נעמט די ווארט "אמת" צום ביישפיל א=1 מ=4 ת=4 ד"ה אין מספר קטן באטרעפט עס די נומער 9, יעצט נעמט ב'ג'ד' באטרעט עס 9 און אזוי ווייטער ה'ו'ז' באטרעפט 18 8 מיט 1 = 9 נ'ס'ע' פ'צ'ק' ר'ש'ת' אלע דריי אותיות צוזאמן זענען בגמטריא אין מספר קטן 9, וואס דאס באטרעפט א'מ'ת' 9, ראש דברך אמת פון די אנהייב פונעם תורה זעהן מיר אז די תורה איז אמת חותמו של הקב"ה אמת.

זעקס איז שקר
יעצט אז די תורה וואלט זיך אנגעהויבען מיטן אות א', און איר נעמט א'ב'ג' באטרעפט עס 6, ד'ה'ו' איז 15 5 מט 1 = 6 אא"ו ש'ק'ר' באטרעפט 6 אין מספר קטן וועגען דעם הייבט נישט אן די תורה מיט'ן אות א' נאר מיט ב'. בראשית' ברא' אלוקים' איז די סופי תיבות אמת, אבער עס איז פארדרייט אשר ברא' אלוקים' לעשות' איז די סופי תיבת אמת, אבער דא שטייט אמת ווי עס דארף צו שטיין אין די גוטע ראי' פארוואס ביי די טאג פון שבת שטייט אמת אין די געהעריגע סדר, און פארוואס ביים אנהייב תורה שטייט עס פארדרייט.

דעם ענטפער
מיר וועלען דא געבען צו פארשטיין מיט א זוהר, וואס פארטייטש די גמרא אין מסכת ברכות (דף ז' ע"א) אז משה רבינו האט געפרעגט ביים רבונו של עולם הודיעני נא את דרכיך פארוואס טרעפען מיר צדיק ורע לו, אז ביים צדיק טרעפט זיך שלעכטע פאסירונגען, ער לעבט נישט א גוט לעבען אין רשע וטוב לו, ביי די רשע איז אלס פיין און וואויל ער לעבט גוט און רואיג ער האט עושר ואושר עס פעלט אים גארנישט, פארוואס איז דאס אזוי, האט אים די רבונו של עולם געענטפערט צדיק בן צדיק, צדיק וטוב לו, צדיק בן רשע צדיק ורע לו, פארטייטש די זוה"ק צדיק בן צדיק דאס מיינט צדיק וואס איז אויך געווען אין פריערדיגן גילגול א צדיק ביי אים איז טאקע צדיק וטוב לו, האט ער אלעס גוט, אבער צדיק בן רשע, א צדיק וואס אין פריערדיגן גילגול איז ער גאר געווען א רשע ביי אים איז רע לו, קומט ער אפ אין דעם גילגול אויף די חטאים פונעם פריערדיגן גילגול, אזוי איז מסביר די זוהר.

שלמה המלך פארשטייט פארוואס
מיט דעם שטיקעל זוהר וואלט מען געקענט אפשר פארשטיין וואס שלמה המלך זאגט אין קהלת הכל הבלים אמר קהלת הבל הבלים הכל הבל אין ווי ער רעכענט אויס אלעס וואס גייט פאר אויפן וועלט, און זאגט וגם זה הבל אין יש רעה אשר ראיתי תחת השמש ער פארשטייט נישט דאס גאנצע הלוך ילך פון די עולם הזה הגשמי, און ווי רש"י איז מסביר אז דער טענה פון שלמה המלך איז געווען פארוואס צדיק ורע לו אין רשע וטוב לו, די וועלט מאכט נישט קיין סענס, עולם הפוך ראיתי דער עושר איז א נארוועזע, די געשטארבנע איז גליקלעכע וואס גייט דא פאר, נאר הערט צו רבותי מיט די יסוד פון גילגולים איז שוין אלעס פארשטאנדיג, און דאס קען זיין האט שלמה המלך מרמז געווען ווען ער האט געזאגט די ווערטער כבר היה לעולמים דאס מיינט אז דער מענטש איז שוין געווען אויף די וועלט מיט א צייט פריער, אין לויט'ן חשבון פונעם פריערדיגן גילגול פארשטיין מיר זיין יעצטיגע מצב, און דאס ליגט אויך אין די ווערטער מה שהיה כבר הוא, ואשר להיות כבר היה, אז וואס עס גייט זיין איז שוין איצטער, ווייל א מענטש מיז אראפ קומען אויפן אויף פארשידענע אופנים זיך מתקן אין כדי ער זאל זיין ראוי מקיים צו זיין אלע תרי"ג מצות אין אלע חלקים אירע.

א פרוי ווערט נישט מגילגול
און מען קען ברענען א ראי' אז שלמה המלך רעדט דא ארום די סוד פון גילגולים פון א ספר וואס איז געדריקט געווארען אין יאר תע"ב פונעם גרויסען מחבר אבי עזרי זעליג מרגליות זצוק"ל אין זיין ספר כסף נבחר אויף פ' שמות ברענגט ער דארט פון אריז"ל אז א פרוי ווערט נישט מגילגול נאכאמאל אויף די וועלט, און ברענגט א ראי' פון א פסוק אין איוב (ל"ג כ"ט) הן כל אלה יפעל אל פעמים ושלש עם "גבר" דווקא א גבר א מענטש אבער נישט א פרוי, דאס הייסט אז א מענטש ווערט מגילגול פעמים ושלוש צוויי אדער דריי מאל, אבער א פרוי נישט, גייט די מחבר פון כסף נבחר און לייגט צו אין טייטש די פסוק אין קהלת (ז' כ"ח) אדם אחד מאלף מצאתי, ואשה בכל אלה לא מצאתי, דאס מיינט בכל אלה די פסוק הן כל אלה יפעל אל אז א פרוי זאל מגילגול ווערען לא מצאתי האט ער נישט געפינען.

א קלארען חשבון
אין מיט דעם יסוד וועלען מיר גוט פארשטיין וואס שלמה המלך פירט אויס סוף דבר הכל נשמע, דאס מיינט ווען עס וועט שוין זיין דעם עולם התיקון און מען ווייזען פארן מענטש א ווידיעו פון אלע זיינע גילגולים דאמעלט וועט ער שוין זעהן אז אלעס האט געהאט א חשבון א קלארען פארוואס עס האט געדארפט פונקט אזוי זיין את' האלוקים' ירא' איז די ס"ת אמת צוריק צו וועגס אז מען וועט צוריק קוקען וועט מען זען אז אלעס האט זיך געפירט מיט אן אמת, חותמו של הקב"ה אמת.

פרעגט ניט קיין קשיות
טייערע ליינערס יונגע און אלעטע א יעדער מאכט מיט אויף די וועלט איינער מער איינער ווייניגער, איינעיר מיט פרנסה, איינער מיט קינדער איינער מיט געזונט איינער מיט דאגות, די וועלט שטייט זעקס טויזענט יאר, די זעקס טעג פון ששת ימי בראשית סימבאליזירען די זעקס טויזענט יאר, זאגט די תורה בראשית' ברא' אלוקים', פון דעם ערשטע טאג פון בריאת העולם איז שוין דא קשית וואס מיר פארשטייען נישט, איז די תורה גלייך מרמז אין די ס"ת אמת אבער פארדרייט ווייל מיר זעהן נישט די קלארהען אמת אין אונזער טאג טעגליכע לעבען, אבער עס וועט קומען א צייט נישט צו לאנג, דעם יום שכולו שבת ברא' אלוקים' לעשות', וואס דאמאלט וועט מען זעהן דעם אמת מיר וועלען שוין פארשטיין אז אלעס איז געוועזין מיט אן השגחה פרטית שכל דבריו אמת וצדק.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר