סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

למדנו לקטורת שמכפרת שנאמר ויתן... / הרב פנחס וויליגער

יומא מד ע"א

 

מס' יומא (דף מ"ד ע"א) תני ר' חנניא למדנו לקטורת שמכפרת שנאמר ויתן את הקטורת ויכפר על העם ותנא דבי ר' ישמעאל על מה קטורת מכפרת על לשון הרע יבא דבר שבחשאי ויכפר על מעשה חשאי.

די גמרא אין מסכת זבחים (דף פ"ח ע"ב) און מסכת ערכין (דף ט"ז ע"א) פרעגט אז אין א אנדערע ברייתא האבען מיר געלערענט אז די מעיל איז מכפר אויף לשון הרע אמר הקב"ה יבא דבר שבקול ויכפר על מעשה הקול ענטפערט דארט די גמרא לא קשיא הא בצינעא יהא בפרהסיא אויב ער האט געזאגט לשון הרע בצינעא בחשאי יאמאלט איז קטרת מכפרת, הא בפרהסיא אז ער זאגט לשון הרע ברבים בקול יאמאלט דארף מען דעם מעיל דבר שבקול זאל מכפר זיין.

מען קען אפשר פארענטפערן די סתירה לפי די פסקי תוספות דארט אין מסכת זבחים אות נ"ב שטייט אזוי בגדי כהונה לא מכפרי אגופי עבירה עצמה אלא אמרצה מעות מידו לידה להסתכל בה והמסתכל בעקיבה ובני עלי ששהו קוניהן ועל העוסק ומלוה בריבית דדמי לשפיכת דמים דנוטל נשמתו והמנאפים ביד, דאס הייסט נאר אויף אביזרייהו דעבירה אבער אויפן עצם עבירה איז די בגדי כהונה ניט מכפר דערפאר דארף מען די קטורת מכפר זיין אויב איינער האט בעצם גערעדט לשון הרע וואס אויף דעם איז דער מעיל ניט מכפר.

אויך וועט כאפען א נפקא מינה בזמן הזה לפי א גמרא ווייטער (דף ע"ב ע"א) אמר רבי חמא בר חנינא מאו דכתיב את בגדי השרד לשרת בקדש, אלמלא בגדי כהונה לא נשתייר משונאיהם של ישראל שריד ופליט שרייבט רבינו אליקים ממגנצא זצ"ל אלמלא בגדי כהונה שנשתיירו שעדיין הן קיימין ברומי, ומכפרין עדיין על ישראל והיינו בגדי שרד עיי"ש לפ"ז קומט אויס אז אויך היינט איז די בגדי כהונה מכפר אבער די מעיל האט נאר מכפר געווען אויף לשון הרע בפרהסיא, איז אויף דעם אויך היינט דא א כפרה אבער אויף לשון הרע בחשאי האבען מיר ניט קיין כפרה וייל מיר האבען שוין מער ניט די קטורת.

רש"י פארטייטש סתם לשון הרע בחשאי, אויך האב אמאל געהערט א פשט האמנתי כי אדבר, ווען איך זאג אמת'ע רייד אני עניתי מאוד ענית איז א לשון רעדען הויך, א אמת'ע זאך זאגט מען הויך, אני אמרתי בחפזי ווען מען זעהט איינער רעדט מיט א אייליניש ער בייגט זיך צו צו יענעם אויער און שושעט זיך איינטער דאמאלט זאל מען וויסען כל האדם כוזב יאנער איז א פאלשע מענטש ער איז א ליגנער א בעל לשון הרע'ניק וכו' וואס אויף דעם פאדערט זיך א גרויסע כפרה יבא דבר שבחשאי ויכפר על מעשה חשאי.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר