סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

הפייס השני מי שוחט מי זורק וכו' והחביתין / הרב פנחס וויליגער

יומא כה ע"א

 

מסכת יומא (דף כ"ה ע"א) הפייס השני מי שוחט מי זורק וכו' והחביתין אז דאס מיינט מען האט געמאכט א גורל ווער עס זאל מקריב זיין די מנחת חביתין וואס די כהן גדול האט געדארפט ברענען א יעדען טאג, איז א ראי' פון די משנה אז די כהן גדול האט ניט געדארפט אליין מקריב זיין די מנחת חביתין.

איצט אזוי די רמב"ם (פ"ה דכלי המקדש הל' ז') פסק'נט דכהן גדול היה לו בית בירושלים ואינו זז משם לעולם, אין אלע מיטשענען זיך צו וויסען ווי איז די מקור צו די הלכה, אז די מנחת חינוך מדש אז וויבאלד די כהן גדול האט באדארפען צו ברענגען בכל יום מנחת חביתין, און די הלכה איז אז ווער עס ברענגט א קרבן אין בית המקדש איז דא א חיוב לינה, ווי די גמרא דרש'נט דאס פונעם פסוק ופנית בבוקר והלכת לאליך, איז דערפאר האט די כהן גדול קיינמאל ניט געטראט ארויס גיין פון ירושלים ווייל ער האט געהאט א חיוב לינה צו נעכטיגען אין ירושלים אינרעסאנט איז אז די רמב"ם ברענגט ניט אין זיין ספר די הלכה אז עס איז דא א חיוב לינה ווען א מענטש ברענגט א קרבן לפי דעם רמב"ם אז א כהן גדול טאר ניט ארויס גיין פון ירושלים פרעגען די מפרשים אזא קשיא אין אבות דר' נתן (פרק י"ב אות ח') שטייט אז א ממזר טאר ניט וואוינען אין ירושלים, אין אזוי ברענגט די שיטה מקובצת אין מס' ב"ק (פ"ב ע"ב) בשם המאירי בשם אבות דר' נתן אז א ממזר טאר ניט וואוינען בירושלים, איצט אזוי די גמרא אין מסכת הוריות (דף י"ג ע"א) דממזר תלמיד חכם קודם לכהן גדול עם הארץ, שטעלט זיך די שאלה אויף א כהן גדול האט ניט געטארט ארויס גיין פון ירושלים, און א ממזר האט ניט געטארט אריין גיין אין ירושלים ווי אזוי איז מגליך געווען אז א כהן גדול זאל זיך באגעגענען מיט א עם הארץ, איז דא וואס ווילען ענטפערן אז די רמב"ם ברענגט ני די אבות דר' נתן אלץ הלכה למעשה קומט אויס אז די רמב,ם הטא געהאלטען אז א ממזר קען א אריינגיין אין ירושלים, אין כדי צו באמערקען אז די גרויס גאון ר' מאיר אריק זצ"ל אין זיין, הגהות של תורה אין מסכת קידושין (דף ע"ב ע"ב) שרייבט אז פון די גמרא דארט איז משמע אז די בבלי האלט ניט פון די הלכה אז אסור לממזר לגור בירושלים עיי"ש

עכ"פ נחזור לענינינו לפי די משנה אין מסכת יומא קומט אויס אז די כהן גדול האט ניט געדארפט אליין מקריב זיין זיין קרבן מנחת חביתין, אויב אזוי האט ער געקענט אויפשטיין צופריא ארויס גיין פון ירושלים און דער כהן וואס האט זוכה געווען בפייס ער וועט מקריב זיין די מנחת חביתין, פונעם כהן גדול, דארף מען ווייטער פארשטיין די פסק דין פונעם רמב,ם די טעם פארוואס א כהן גדול האט ניט געטארט פארלאזען ירושלים, איך וואלט געבעטען די ליינערס אויב איר האט א תירוץ ביטע אריינשיקען צום אלגעמיינער זשורנאל אדער פקס 1-801-740-7314.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר