סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

ואלו ירקות שאדם יוצא בהן ידי חובתו בפסח / הרב פנחס וויליגער

פסחים לט ע"א

 

מס' פסחים (דף ל"ט ע"א) ואלו ירקות שאדם יוצא בהן ידי חובתו בפסח, בחזרת, בתמחא, ובחרחבינא, ובעולשין, ובמרור, דאס זיינען פארשידינע מינים פון ביטערע גרינצווייגען וואס זיינען כשר פאר מרור, אז מען קוקט אין רש"י זעהט מען רש"י רעכענט אויס די סדר פון די פארשידינע סארט מרור אנדרעש ווי אונזער משנה, חזרת, בתמחא ובעולשין, ובחרחבינא, ובמרור, אובען אויף זעהט ניט אויס אז עס איז עפעס א נפק"מ בכלל, אבער עס איז פארהאן א גרויסע נפק"מ ווייל די הלכה איז ווי מהר"ם מרוטנבורג האט געפסקנט שמי שהברירה בידו יבחר להשתמש לכתחילה במין המזכר במשנה בהקדם (עיין בטור שו"ע או"ח סי' תע"ג ה') לפי זה קומט אויס אז לויט אונזער גירסא אין די משנה דארף מען ענדעש נעמען חרחבינא ווי עולשין, און לויט די גירסא פון רש"י דארף מען ענדעש נעמען עולשין ווי חרחבינא.

אן אינטרעסאנטע שאלה איז פארגעקומען צו הרה"ג ר' יצחק זילברשטיין שליט"א די רב פון רמת אלחנן איינער א גרויסען גביר וואס נאך אסאך יאהר איז ער געבענטש געווארען מיט קינדער און ער וויל מנדב זיין א פיפיטיל פון זיינע פארמעגען פאר טיפול חולים, ער ווייסט ניט אבער צו וועלעכע מחלקה זאל ער דאס געבען, צו די מחלקה וואס פארנעמען זיך בנוגע האבען קינדער, אדער צו די מחלקה וואס זיינען זיך מטפל ל"ע מיט בלינדע מענטשן, וואס אויף די ביידע זאכען זאגט די גמרא זיינען חשוב כמת ארבעה חשובין כמת וכו' וסומא ומי שאין לו בנים נדרים (ס"ד ע"ב) האט הרב זילברשטיין געשיקט די שאלה צו זיין שוואגער הגאון ר' חיים קניבסקי שליט"א, וואס האט גענטפערט אז ער זאל געבען די געלט ענדעש פאר די מחלקה וואס זיינען זיך מטפל מיט די בלינדע, און האט מסביר געווען פארוואס ער האלט אזוי, און דאס איז מיט די אויבנדערמאנטע גמרא ווי מיר זעהן אז מען דארף מהדר זיין נעמען מרור ווי די סדר איז אויסגערעכנט אין די משנה ראשון ראשון קודם, די זעלבע זאך בנוגע ארבעה חשובין כמת עני ומצורע וסומא ומי שאין לו בנים שטייט אויסגערעכנט סומא בעפאר מי שאין לו בנים, יוצא לנו מזה שמחלקת עינים המטפלת בעוורים עומדת בדרגת עדיפות אחת לפני מי שאין לו ילדים.

באמת דאס אז מען רעכנט זיך מיטן סדר ווי עס שטייט אין פסוק צו אין גמרא דאס איז א כלל גדול בתורה אין אמאל ברענגט צו די גמרא אן אנדערע סדר ווי עס שטייט אין פסוק ווי לדוגמא מס' ברכות (נ"ד ע"ב) ארבעה צריכין להודות יורדי הים הולכי מדברות מי שהיה חולה ונתרפא, מי שהיה חובש בבית האסורים ויוצא, הגם אז אין פסוק שטייט אן אנדערע סדר מדבר, בית האסורים, חולה, יורדי הים, און די חת"ם סופר אין זיין שו"ת חת"ס (ס' נ"א או"ח) שרייבט א גאנצע תשובה פארוואס עס שטייט דווקא אין דעם סדר און ווי עס קומט גאר ארויס א נפק"מ להלכה ביז למעשה בפועל עיי"ש, בונגע לענינו קודם כל און מדרש רבה שמות פרק ה' אות ד' שטייט אן אנדערע סדר ווי אין מסכת נדרים, שטייט אזוי ד' חשובין כמתים סומא, ומצורע, עני, ומי שאין לו בנים, און אין מסכת עבודה זרה (דף ה' ע"א) שטייט די סדר עני סומא, מצורע, ומי שאין לו בנים, איצט אזוי ביי די אלע ערטע שטייט טאקע אוסיגערעכנט סומא בעפאר מי שאין לו בנים, אבער די בן איש חי אין זיין ספר הנפלא בן יהוידע אויף מסכת ע"ז שטייט א טעם פארוואס די גמרא אין מס' נדרים האט אויסגערעכנט עני, מצורע, סומא, מי שאין לו בנים, ולא נקיט כסדר הכתובים, והיינו עני שכיח טפי ממצורע, ומצורע שכיח טפי מסומין יען כי יש כמה חולאים שהם נחשבים בכלל צרעת, וסומין שכיח טפי ממחשוכי בנים עיי"ש, קומט אויס לויט די בן איש חי אז די טעם פארוואס די גמרא רעכענט אויס סומא קודם מי שאין לו בנים איז ניט דערפאר ווייל מען דארף מיט דעם מטפל זיין בעפאר מי שאין לו בנים נאר די טעם מען רעכענט דאס אויס פריער ווייל דאס איז מער שכיח (ועיין תוס' ברכות דף נ"ד ע"ב ד"ה ארבעה) וצ"ע.

על כל פנים נניח מען זאל אנעמען אז ראשון ראשון קודם וואלט אויסגעקומען אז קודם בעדארף מען זעהן געבען פאר די עניים פאר ארעמגלייט ווייל דאס ווערט אויסגערעכנט די ערשטע (און מסכת נדרים און ע"ז) וואס איז חשוב כמת, איך האב אמאל געזאגט פארוואס הייבט זיך אן די ברכה פון מחיה המתים מיט מכלכל חיים בחסד נאר וויבאלד עני חשוב כמת איז רעכט אז די סיום איז מען התחילת הברכה מחיה המתים, די לימוד פון אנזער משנה לויט הרה"ג ר' חיים קניבסקי שליט"א דארף זיין אז ווען איינער וויל געבען צדקה זאל וויסען וועלכע צוועק ער בעדראפט געבען פריער עני, מצורע, סומא, מי שאין לו בנים, און דאס דארף מען אויך וויסען אז ווען מען געבט עניים צדקה איז פארהאן א הלכה אז עניי קרובים קודם עניים אחרים, און עניי עירך איז קודם עניים שאינם עירך, וואס זייער אסאך מעטשען פארגעסען די הלכה מען געבט מיליאנע דולרים פאר פארשידינע ארגענעזאציע'ס ארום די גארער וועלט, בשעת ער אליין האט א אייגינע ברודער צו א שוואגער צו א פלעמעניק וואס גייט ארום בעירום ובחוסר כל, אויף דעם קען מען זאגען ולא מעבר לים היא, ולא בדרך רחוקה, כי קרוב הדבר אליך מאוד, דער עני איז גלייך נעבען דיר כי לא יחדל עני מקרב ישראל, עס דארף נאר זיין בפיך ובלבבך לעשותו. און ווי די וועלט זאגט איבער א ווערטיל אויפ'ן פסוק הוי גביר לאחיך, אז דאס מיינט מען אז מען זאל נישט זיין א גביר נאר פאר פרעמדע מענטשען און פון די אייגינע ברודער זאל מען פארגעסין, אויף דעם זאגט די פסוק הוי גביר לאחיך זיי אויך א גביר פאר דיין ברודער.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר