סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

הדרן עליך וסליקא לה מסכת עירובין / הרב פנחס וויליגער

עירובין קה ע"א

 

מס' עירובין (דף ק"ה ע"א) הדרן עלך המוציא תפילין וסיליקא לה מסכת עירובין ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה אז מיר גייען בעזהשי"ת אנדערע וואך מסיים זיין איינער פון די שווערע מסכתות פון ש"ס אין ווי די זוה"ק פרשת כי תצא רעיא מהימנא (דף רע"ו) געזאגט אז דאס איז מרומז אין דער פסוק זכריה (ט'ט') עני ורוכב על חמור, כתיב בי' במשיח עני ורוכב על חמור , עני איהו תמן בסימן ע'ירובין נ'דה י'במות עיי"ש און מען קען צו לייגען אז דערפאר הייבט מען גלייך אן מס' פסחים וואס פסח איז די זמן הגאולה ליל המשומר לגאולה, אין ווי די משנה הייבט גלייך אן אור לארבעה עשר בודקין את החמץ, פרעגט די גמרא ותנא דידן מאי טעמא לא תני לילי, ענטפערט די גמרא לישנא מעליא נקט אין ווי די ר"ן ברענגט די פסוק אין תהילים, (קי"ט) פתח דברך יאיר אז בפרט אנכי דען דארף מען אז עס זאל לייכטען און באלייכטען די גאנצע מסכת.

די קלויזנבורגער רבי זצ"ל הרה"ק ר' יקותיאל יהודה הלברשטאם זצוקלה"ה פלעגט זאגן פאר די בחורים אז זיי זאלען לערנען מס' פסחים ווייל דאס איז א סגולה אויף התמדת התורה.

די סטמאר רבי ז"ל פלעגט זאגן פאר די בחורים אז ווער עס וועט זיך פארהערען מס' פסחים ווינטש ער אן אז ער זאל ניט דארפען זיין מחזיר על הפתחים און צוגלייגט בדרך הלצה אז דאס שטייט אין מס' שבת (דף קנ"א ע"ב) אמר ר' יוסף נקטינן האי צורבא מרבנן לא מיעני, אז א תלמיד חכם ווערט ניט ארעם, והא קא חזינן דמיעני וכו' ענטפערט די גמרא אהדורי אפתחא לא מיהדר, האט די סטמאר רבי געזאגט אז מען קען עס אויך ליינען מיט א סמ"ך אהדורי אפסחא לא מיהדר, די טעם פארוואס מען זעהט אז א תלמיד חכם דארף גיין נאך געלט איז דערפאר וואס ער האט ניט געחזר'ט מס' פסחים.

טייערע יודען עס איז פארהאן א מדרש אויפן פסוק פקודי ה' ישרים משמחי לב תני חזקיה בר' חייא דברי תורה עטרה לראש, ענק לצואר, מלוגמא ללב, קילורים לעינים, רטיה למכה, כוס עקרון למעים מיר האבען שוין ב"ה מסיים געווען ברכות שבת עירובין סיים מיינט אויך זיך אנטוהן ווי די גמרא זאגט אויף עטליכע פלעצער סיים מסאני (ב"ק נ"ט ע"ב תענית כ"ב ע"א) מיר טוהן זיך יעצט אן מיט מסכת עירובין, לאמיר זיין ווי די חכם עיניו בראשו צו די חכם זאגט מען דאך אף אתה אמור לו כהלכות הפסח אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן דאס איז די לעצטע משנה אין מסכת פסחים האט די אמרי אמת געזאגט אז מען זעהט אז פאר די חכם מיז מען אויסלערנען די גאנצע מס' פסחים ביז די לעצטע משנה, זאלען מיר טאקע אלע זוכה זיין כשם שעזרתני לסיים מסכת עירובין כן תעזרני להתחיל מסכת פסחים ולסיימם אורך ימים בימינה בשמאלה עושר וכבוד.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר