סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

די פארדרייטען פינגער / הרב פנחס וויליגער

שבת קמה ע"ב

 

מסכת שבת (דף קמ"ה ע"ב) מפני מה תלמידי חכמים שבבל מצויינים לפי שאינן בני תורה, פארטייטש רש"י אז וויבאלד די תלמידי חכמים אין בבל זיינען ניט געווען אזוי גרויס אין תורה ווי די תלמידי חכמים אין ארץ ישראל, דערפאר האבען די מענטשן פון בבל ניט אפגעגעבען גרויס דרך ארץ פאר זייער רבנים, צוליב דעם פלעגען די תלמידי חכמים אנטוהן ספעציעלע שיינע קליידער כדי מען זאל זיי מכבד זיין ווי רש"י שרייבט מכבדים אתם מחמת לבושיהן שנראין חשובים.
 

די זיידינע זיפיצעס

פרעגט זיך די שאלה אויב די רבנים אין בבל זיינען געווען אינן בני תורה פארוואס שטייט מפני מה תלמידי חכמים שבבל מצויינים זיינען דאך ניט געווען עכטע תלמידי חכמים, האט דער דובנא מגיד דאס פארענטפערט אזוי אז געווענטליך ווען א תלמיד חכם גייט אריין אין בית המדרש און הייבט אן צורעדען אין לערנען אין איז זיך מפלפל מיט די תלמידי חכמים ווייסען זיי באלד אז ער קען לערנען, אבער אויב ער קומט אין א שטאט וואס עס ניט פארהאנען דארט תלמידי חכמים איז ניטא מיט וועם צושמועסען אין לערנען, מיז ער זיך אנטוהן אן איצטילא דרבנן כדי מען זאל פארשטיין אז דער איד איז א תלמיד חכם און זאגט פשט אין די גמרא מפני מה תלמידי חכמים שבבל מצויינים, פארוואס גייען די עכטע תלמידי חכמים אנגעטוהן מיט די זיידינע זיפיצעס מפני שאינם בני תורה, וויבאלד די מענטשען פון בבל זיינען ניט געווען אזעלכע בני תורה ווי די בני ארץ ישראל.
 

ווער איז דער מבין

דאס דערמאנט מיר א מעשה פון הרה"ג ר' מאיר שפירא וואס באקאנט ער האט געהאט הונדרעטער בחורים געזעצען און געלערענט אין די גרויסע ישיבה חכמי לובלין וואס די כותלי הבית מדרש האבען מיטגעלערענט מיט זיי, איז געווען אמאל א רב געקומען באזוכען די ישיבה בחורים אין איז ארויס פון התפעלות אזוי פיל יונגע תלמדי חכמים ש"ס יודען וכו' האט ער געפרעגט ביי ר' מאיר שפירא ער פארשטייט אז די ישיבה וויל פראדוצירען רבנים ביי כלל ישראל, ממילא פופציג שטעט וועלען דארפען רבנים פארשטייט ער דארף מען האבען פופציג בחורים, אבער וואס דארף מען האבען דריי הונדרעט בחורים עס וועט דאך ניט זיין קיין דריי הונדערט שטעט וואס דארפען רבנים, האט אים ר' מאיר שפירא גענטפערט מיט גרויס פקחות, אין געזאגט מיין ליבע יוד ביסט גערעכט, אבער ווער וועט זיין די מבין אויף די רבנים, כדי צו זיין א מבין אויף א רב דארף מען אויך זיין א תלמיד חכם.
 

די פונביז רב מיט די טעלזער ראש ישיבה

יא רבותי ווי זיינען די היינטיגע מבינים די מייסד פון די פונביז ישיבה הרה"ג הרב כהנאמאן א יוד וואס איז געווען א גאון בתורה האט זיך אינגאנצען מפקיר געווען אויף צובויען א מקום תורה אין ארץ ישראל ער האט זיך אינגאנצען מוסר נפש געווען זיין אייגינע תורה, אין אוועקגעגעבען זיין חשובע צייט פאר'ן כלל ישראל שלא על מנת לקבל פרס, דער פונביז רב האט געהאט איין פינגער וואס איז געווען פאדרייט האט אים איינער אמאל געפרעגט פארוואס פארעכט ער ניט זיין פינגער, האט ער פארציילט אז ער איז אין אמעריקא נאך געלט פאר די ישיבה איז ער אריין צו די גרויסע גאון ר' אליעזר גורדען פון טעלז רעדען אין לערנען אזוי אינמיטען זיי האבען זיך ומלפל געווען האט די טעלזע ראש ישיבה אנגעכאפט די פונוביז רב'ס פינגער אין געזאגט ניט דאס איז פשט נאר אזוי איז פשט אין דערביי פארדרייט זיין פינגער, האט די פונביז רב געזאגט אז די פינגער איז א ריתחא דאורייתא'דיגע פינגער דערפאר לאט ער דאס פינגער אזוי ווי עס איז יא רבותי די פונביז רב איז געווען א מבין ווער איז א תלמיד חכם אין ווי אזוי צו קוקען אויף א תלמיד חכם און צו האבען א פינגער פון א תלמיד חכם

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר