סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

מנהגים צאנז תימן בעלזא תוניסיה קמארנע / הרב פנחס וויליגער

שבת קלז ע"ב

 

מס' שבת (דף קל"ז ע"ב) והמברך אומר אשר קידש ידיד מבטן וחוק בשארו שם וצאצאיו חתם באות ברית קדש על כן בשכר זאת אל חי חלקנו צוה להציל ידידות שארינו משחת וכו' איז רש"י מפרש אשר קדש ידיד מבטן יצחק קרוי ידיד מבטן דקודם שנולד נתקדש למצוה זו דכתיב והקימותי את בריתי אתו היינו מילה, וצאצאיו אחריו חתם באות ברית קודש, אבער תוס' לערנט אנדערש פשט תוס' לערנט ידיד מבטן גייט ארויף אויף אברהם אבינו שנקרא ידיד שנאמר מה לידידי בביתי וכו' חוק בשארו שם הוא יצחק וצאצאיו חתם באות ברית קדש הוא יעקב וצאצאיו, קומט אויס לויט תוס' אז מיר דערמאנען אין די ברכה אברהם יצחק יעקב ווי די לשון התוס' איז ושלשת האבות נזכרים.
 

תפילין ביי ברית מילה

איך האב געלרענט אז די נפקא מינא פון רש"י תוס' איז נוגע למעשה בפועל מיט וועלעכען תפילין זאל מען האבען אנגעטוהן אויף זיך בשעת'ן ברית מילה עס זיינען פארהאנען פארשידינע מנהגים יש אומרים שביום המילה אין לחלוץ התפילין עד אחר המילה אזוי שטייט אין מגן אברהם (או"ח ס' כ"ה) און אזוי באלט די ש"ך (יו"ד ס' רס"ה) שו"ע הרב (ס' כ"ה סימן ל"ח) פרמ"ג ובמשנה ברורה און אזוי איז דער מנהג הספרדים אין ירושלים און אויך די ספרדים אין תוניסיה. און די בני יששכר און די צאנזע רב די דברי חיים, אנדערע חסדים ווי אין בעלזא פלעגען אנטוהן תפילין דרבינו תם בשעת'ן ברית, אבער די חיד"א און די מעשה רוקח האלטן אז מען זאל ניט גיין מיט די תפילין בשעת'ן ברית מילה און אזוי האבען זיך געפירט די חוזה מלובלין און העטרת צבי פון זידטשוב און הרה"ק ר' משה ליב מסאסוב און די קאמרנא און אזוי איז דער מנהג און תימן. ווי דערמאנט פריער קומט אויס אז אויב ער וועט האבען רש"י'ס תפילין בשעת'ן ברית וועט די אפטייטש פונעם ברכה זיין לפי רש"י, און אויב ער וועט האבען תפילין דר"ת וועט זיין די פשט פונעם ברכה לפי פירוש ר"ת, און אויב מען האט בכלל ניט אנגעטוהן קיין תפילין ווערט די ביאור הברכה כנפסק למעלה בשמים.
 

פינף הונדערט אין צוויי יאר

דאס איז בדרך רמז, בדרך דרוש קען מען צולייגען עס איז דא א ירושלמי אין מסכת שבת (פרק ט' הל' ג') אויפן פסוק וואס מיר גייען באלד זאגען אין סליחות אם יהיו חטאיכם כשנים כשלג ילבינו תני ר' אליעזר אומר אם יהיו חטאיכם כשני אבות דאס הייסט אויב מען האט עבירות אזוי פיל ווי פיל די יאר'ן פון אברהם יצחק יעקב וואס דאס קומט אויס פינף הונדערט און צוויי יאמאלט כשלג ילבינו טוט די רבונו של עולם אפוואשן זיין עבירות ווייס ווי שניי, קען מען זאגען אז לוט די פשט פון רבינו תם אז אין די ברכה איז מרומז אברהם יצחק יעקב איז פשט אשר קידש ידיד מבטן, אברהם" וחוק בשארו שם "יצחק" וצאצאיו חתם באות ברית קודש "יעקב", בעטען מיר צוה להציל ידידות שארינו משחת ווי רש"י טייטש מגיהנם, ווייל און די זכות פון די אבות האבען מיר אן הבטחה אים יהיו חטאיכם כשני אבות כשלג ילבינו אז עס ווערט זכיות ממש.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר