סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

כגון אנן דידעינן בקביעא דירחא ביישוב... / הרב פנחס וויליגער

פסחים נב ע"א

 

מסכת פסחים (דף נ"ב ע"א) אמר ליה רב ספרא לרבי אבא כגון אנן דידעינן בקביעא דירחא ביישוב לא עבידנא מפני שינוי המחלוקת אז איינער פון ארץ ישראל קומט אויף חוץ לארץ דארף ער האלטען צוויי טעג יו"ט כדי ניט צו מאכען א מחלוקת מיט די יודען וואס האלטען צוויי טעג, פרעגט רב ספרא במדבר מאי אז א יוד פון ארץ ישראל געפינט זיך אין א מדבר דארף ער האלטן צוויי טעג אדער וויבאלד קיינער געפינט זיך ניט דארט איז ניט דא די סיבה פון מחלוקת אפשר קען מען יא טוהן מלאכה א"ל הכי אמר רב אמי ביישוב אסור במדבר מותר.

עס איז פארהאן א ספר מיטן נאמען אמת ליהודה דאס האט געמאכט הרה"ג ר' יהודה ארי' אלתר זצ"ל א זון פונעם גערער רבי די פני מנחם וואס קלערט א חקירה וואס איז די טעם פארוואס אין א מדבר מעג א בן ארץ ישראל טוהן א מלאכה, איז עס דערפאר וואס קיינער איז ניט דארט ולפ"ז וועט אויסקומען אז אויב איז דארט אין מדבר פארהאן בני חוץ לארץ טאר ער ניט טוהן דארטען קיין מאלכה, אדער קען מען זאגען, אז דווקא אין חו"ל טאר מען ניט טוהן קיין מלאכה, אבער אין א מדבר קען מען טוהן א מלאכה אפי' בפני אנשי חוץ לארץ פונקט ווי אין ארץ ישראל קען ער טוהן א מלאכה בפני אנשי חוץ לארץ, און די נפק"מ וועט אויך כאפען אז מען פארט אויף אן ערעפלאן אדער אויף א שיף חוץ מן הישוב, צו בני ארץ ישראל קענען טוהן א מלאכה בפני בני חו"ל, ותלו אם שרי במדבר לפי שאין רואה כשעושה, או לפי שאין שם גדר ישוב. און ער ברענג אז זיין טאטע האט עם געזאגט אז זיין טאטע מיינענדיג די אמרי אמת האט געפסק'נט אז די וואס פארען אויף א שיף באחרון של פסח אז זיי קענען געבען פאר די קינדער חמץ צו עסען ווייל א שיף האט א דין ווי א מדבר, ענדיגט ער צו אז מפסק זקיני משמע אז א מדבר האט ניט קיין דין יושב, אבער באמת לויט דעם פשט וואלט די אמרי אמת געדארפט הייסען ניט נאר די קינדער זאלען עסען חמץ נאר אויך די גדולים, נאר עס קען טאקע זיין אז אט די חקירה איז ער געווען מסופק דערפאר האט ער נאר פאר קטנים מטיר געווען, ווייל אפי' מען וועט זאגען אז אויב עס גפינען זיך דארט אנשי חוץ לארץ טאר מען ניט טוהן קיין מלאכה איז דאס נאר אלץ מחלוקת, און לגבי קינדער גייט אפשר ניט אן די איסור מפני שינוי המחלוקת. וצ"ע.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר