סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

האוכל במדה זו הרי זה בריא ומבורך יתר על כן רעבתן, פחות מכאן מקלקל במעיו / הרב פנחס וויליגער

עירובין פג ע"ב

 

מס' עירובין (דף פ"ג ע"ב) מכאן אמרו האוכל במדה זו הרי זה בריא ומבורך יתר על כן רעבתן, פחות מכאן מקלקל במעיו. די גמרא זאגט אונז אז די שיעור וויפיל א מענטש זאל עסען א טאג אז א צענטיל איפה אויב עסט מען מער פון דעם ווערט מען אנגערופען א פרעסער, אויב עסט מען ווייניגער פון דעם פארדארבט מען זיך דעם מאגען.

עס איז אמאל געווען א רב וואס האט געזעהן א יוד וואס ריקט אריין אויף אלע באקען, האט זיך די רב אנגרופען און געזאגט איך זע איר עסט מיט די כוונת האר"י, האט איינער וואס איז געשטאנען דערביי וואס מיינט די רב צו זאגן, האט ער גענטפערט ער מיינט גאר ווס די גמרא זאגט (אין מס' תענית דף ח' ע"א) ארי דורס ואוכל.

עס איז דא פלא'דיגע מעשה וואס די חיד"א ברענגט צו אין זיין ספר שמחת הרגל על הגדה של פסח ואני שמעתי מפי מגידי אמת שבזמן הרב הגדול קדוש יאמר לו מלומד בנסים מוה"ר יוסף קובו זצ"ל כשבתו על כסא מלכותו בשאליניקי איז זיינע צייטען האבען די מענטשען פון שטאט ארום גערעט צווישען זיך אז עס איז פארהאן א מענטש וואס גייט ארום זאגען אז ער האט א מגיד וואס איז עם מגלה סודות התורה, האבען אנגעהויבען גדולי ישראל צוגיין אט צו דער יוד און זיי האבען טאקע געזאהן אז ער זאגט עפעס סודות ונסתרות התורה וואס באפאר איז ער ניט געווען א בר הכי ער האט בכלל ניט געהאט קיין שייכות די סארט קבלה'דיגע סודות התורה ווען עס איז אנגעקומען די שמועה צו די גרויסע רב ר' יוסף קובו האט ער געהייסען אז מען זאל צוקוקען דער יוד וויאזוי ער פירט זיך אויף ווען ער עסט און ווען ער טרינקט, האט מען נאכגעקוקט און מען האט געזעהן שהוא אוכל הרבה יותר משאר בני אדם האט די רב געזאגט אויב אזוי דארף מען שוין ניט מער בודק זיין, ווייל די סודות איז ער מקבל פונעם סיטרא אחרא, ווייל קדושה קען ניט שורה זיין ביי א מענטש וואס עסט אסאך און ער האט גוזר געווען איז מען זאל שוין מער ניט גיין צו דער פאלטשע מקובל, און ענדיקט צו וכך היה דפרשו ממנו ונתגלה שהיה מהסט"א עכ"ל.

די שורש הדברים טרעפען מיר אין זוהר הקדוש (ח"ב דף קס"ח) ואצטריך דלא ישתכך בלען על פתוריה, דהא בלענו מסיטרא אחרא הוי, ורזא דא הלעיטני נא, אורח בלענו והכי איצרטיך לסטרא אחרא וכתיב ובטן רשעים תחסר עיי"ש אינטערסאנט איז אז רש"י ברענגט ביי אונז אויפן גמרא האוכל כמדה זו הרי זה בריא ומבורך יתר על כן רעבתן, פירש"י שאינו אוכל יותר מדאי וכתיב ובטן רשעים תחסר די זעלבע לשון פונעם זוהר, עס איז אפשר כדי צו באמערקן אז פון די רש"י איז א שטיקעל ראי' צו דיא וואס טאנען אז רש"י האט געזעהן די זוהר הקדוש עיין חיד"א שם הגדולים ערך רש"י, שו"ת נשמת כל חי (ח"ד בהשמטות דף צ"ב) ושו"ת דברי חיים (או"ח סוף סימן ח') ספר דברי תורה מהגה"ק ממונקאטש (ח"א סימן נ') ספר מחשבות חרוץ מהכהן גדול ר' צדוק מלובלין זצ"ל (דף י"ד ע"ב).

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר