סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

די קאפ ליגט אין די קאלאשאן / הרב פנחס וויליגער

עירובין נד ע"א

 

א געוויסער ראש ישבה פון ארץ ישראל האט אמאל אנגעשריבן אן ארטיקל אין א זשורנאל, אין וועלכן ער האט קריטיקירט דעם ליובאוויטשער רבי'ן וועגן א געוויסן ענין.
מיט א צייט שפעטער האט ער איינגעזען אז ער האט זיך טועה געווען אין דעם. בעת ער איז געווען דעם נעקסטן מאל אין ניו יארק, האט ער אפגעהאלטן א באזוך ביים רבי'ן, און האט פון אים געבעטן מחילה. ער האט געזאגט צום רבי'ן: "איך האף אז דער רבי האט ניט מקפיד געווען אויף מיר".
דער רבי האט אים געענטפערט: "גלויבט מיר, אז איך האב ניט קיין צייט מקפיד צו זיין אויף א צווייטן אידן".
יא די ליובאוויטש רבי'ס כוונה איז געווען די גמרא וואס מיר לערנען. די גמרא אין עירובין דף נד ע"א זאגט, א"ל שמואל לרב יהודה שיננא חטוף ואכול חטוף ואשתי דעלמא דאזלינן מיני' כהלולא דמי ופי' רש"י ז"ל כהלולא דמי היום ישנו ולמחר איננו וכו' ע"ש, יא עס איז ניטא קיין צייט פאר זייטיגע שטותים,

וואס מיר דארפען פארשטיין איז פארוואס האט שמואל געזאגט די ענין פון חטוף ואכול וכו' דאזלינן מיניה כהלולא דמי דווקא פאר ר' יהודה און אים אנגערופען דערביי שיננא, עס זעהט עפעס אויס וואס ניט א יעדער איז מסוגל צופארשטיין די ענין. ווייל עס זיינען דא מענטשען וואס זייער קאפ ליגט אין די קלאשאן זיינען פארנומען מיט שטותים אין נארישקייטען און פאלשע שיטות און ראדען זיך נאך איין אז אין דעם ליגט די שפוץ חסידות און וועלען זיך מוסר נפש זיין ווי די צפרדעים און וועלען קומען עובר זיין אויף די הארבסטע עבירות ווי חילול שבת אדער גניבה אין גזילה און ווער רעדט נאך אויף המלבין פני חבירו ברבים וואס אויף דעם פסק'נט שוין די גמרא אין לו חלק לעולם הבא, און איז דאס אלץ מלביש אין א איצטלא דרבנן אז זיי מיינען לשם שמים, אויף דעם זאגט שוין די נביא אז די אייבישטער זאגט הלוא אותו עזבו מען זאל אפלאזן זיך אנעמען אויף מיין כבוד, דאס עיקר איז אז ותורתי שמרו, מען זאל ניט עובר אויף א קיצו של יוד פון די תרי"ג מצות און אויף די גרופינע חסידים זאגט שוין די גמרא אין מסכת שבת (דף קכ"א ע"ב) ואותן חסידים אין רוח חכמים נוחה מהם ובפירש"י ואותן חסידים השונאים אותו על כך אין רוח חכמים ערובה עמהם עיי"ש. לבן איז אויך געקומען מיט א פרומע טענה לא עשה כן במקומנו אבער די תורה זאגט עדות אז ער האט ניט געמיינט וואס ער האט געזאגט, נאר ארמי אובד אבי לבן בקש לעקור את הכל דער לבן איז געווען פיל מיט רשעות מתחילתו ועד סופו און דער לבן געבט ניט אויף דער זעלבע וואס זעהט אז די אויבערשטער האט אים גארניט געלאזט טוהן צו יעקב האט אנגרייצט פרעה הבה נתחכמה לו ווי די גמרא זאגט אין מסכת סוטה (דף י"א ע"א) א"ר חייא בר אבא א"ר סימאי שלשה היו באותה עצה בלעם איוב יתרו בלעם איז דאך געווען לבן אזוי עס שטייט אין מדרש תנחומא (סוף פרשת ויצא) ווייל דער פרומע לבן קען ניט צוקוקען אז דורך כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ סיי ביי יעקב ויפרץ האיש מאד מאד ויהי לו צאן רבות ושפחות ועבדים וגמלים וחמרים און אויך אין מצרים וואס דערפאר ויקצו מפני בני ישראל. דערפאר האט די אייבערשטער געזאגט אז א יעדער יאר ווען מען קומט אין בית המקדש ברענגען ביכורים איז דא א מצוה וענית ואמרת בקול רם ארמי אובד אבי איעדער זאל וויסען די בלאף וואס ליגט אין לבן'ס פרומע טענה לא עשה כן במקומנו.

רבותי איצט וועט איר פארשטייט ריכטיג פארוואס אמר ליה שמואל לרב יהודה שיננא חטוף ואכול וכו' ווייל נאר א שיננא א חכם א תלמיד חכם ער פארשטייט וואס איז וויכטיג אויף די וועלט אים קען מען זאגען חטוף ואכול כאפ אריין ווי מער מצוות חטוף ואשתי כאפ אריין ווי מען תורה ווייל דעלמא דאזלינן מיני' כהלולא דמי, אבער די פוסטע נארישע מענטשען וואס זיינען מבלי העולם וואס זייער קאפ ליגט אין די קאלאשען זיי קען מען ניט זאגען חטוף ואכול וכו' נאר אדרבה שב ואל תעשה עדיף, שינת רשעים נאה להם ונאה לעולם, איך האב אמאל געזאגט בדרך הלצה אז ר' יוחנן האט געזאגט ולואי יתפלל אדם כל היום, נאר זיינען דא א זאלכעכע בין אדם למקום דאווענען זיי און שאקאלען זיך שקול ישקל ואינו יודע שהוא נבילה אבל עכ"פ און יענעם צייט טוט ער ניט וויי אן אנדערע יוד און ער איז ניט גורם א חילול השם.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר