סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

מעשה כי הא דרבי אבא בר שומני / הרב פנחס וויליגער

עירובין סד ע"א

 

מסכת עירובין (דף ס"ד ע"א) די גמרא פארציילט א מעשה כי הא דרבי אבא בר שומני ורב מנשיא בר ירמיה מגיפתי הוו קא מפטרי מהדרי אמעברא דנהר יופטי אמרו כל חד מינן לימא מילתא דלא שמיע לחבריה דאמר מרי בר רב הונא לא יפטר אדם מחבירו אלא מתוך דבר הלכה שמתוך כך זוכרו פתח חד ואמר היכי דמי שתוי והיכי דמי שיכור שתוי כל שיכול לדבר לפני המלך שיכור כל שאינו יכול לדבר לפני המלך פתח אידך ואמר המחזיק בנכסי הגר מה יעשה ויתקיימו בידו יקח בהן ספר תורה און ווי רש"י איז מסביר אז וויבאלד ער האט פארדינט די געלט אן קיין יגיעה קען שאטען אויף די געלט א עין הרע דעריבער מיז מען נעמען א טייל פון די געלט און קופען דערמיט א מצוה א ספר תורה.

אין די גמרא זעהן מיר טאקע אז זיי האבען דוסקאטירט א דבר הלכה ממש אבער אין מסכת ברכות (דף ל"א ע"א) איז דא די זעלבע גמרא אל יפטר אדם מחבירו וכו' אין דארט פארציילט די גמרא א מעשה. כי הא דרב כהנא אלוייה לרב שימי בר אשי מפום נהרא עד בי צניתא דבבל כי מטא להתם א"ל מר ודאי דאמרי אינשי הני צניתא דבבל איתנהו מאדם הראשון ועד השתא א"ל אדכרתן מילתא דרבי יוסי ברבי חנינא. דאמר ר' יוסי ברבי חנינא מאי דכתיב בארץ אשר לא עבר בה איש ולא ישב אדם שם וכי מאחר דלא עבר היאך ישב אלא לומר לך כל ארץ שנזר עליה אדם הראשון לישוב נתישבה וכל ארץ שלא גזר עליה אדם הראשון לישוב לא נתישבה.

אין די מעשה געפינען מיר ניט קיין הלכה נאר דברי אגדה אנטראסאנט איז אז די מהר"ץ חיות דארט אופן ארט פרעגט די קשיא אז די גמרא זאגט אל יפטר מחבירו אלא מתוך דבר הלכה, און מען ברענגט א מעשה לסתור ווי מען רעדט דברי אגדה, ענטפערט ער מיט א בליץ אז מיר טרעפען אויך א מאמר חז"ל נתעלמה ממנו הלכה אבר אחד יש באדם עיי"ש זעהט מען אז הלכה קאן מיינען אויך דברי אגדה, אין תוספתא איז פארהאן אן אנדערע גירסא אנטשטאט דבר הלכה שטייט דארט דיבור חכמה, און מיט דעם קען מען אפשר געבען צופארשטיין ווי עס ווערט אראפגעבראכט אין ספה"ק אין די אגרא דפרקא (אות כ"א) [פונעם בני יששכר הרה"ק צבי אלימלך מדינוב זצ"ל] שרייבט ואמרו בירושלמי מהו דבר הלכה יחיד ורבים הלכה כרבים, ואמר ע"ז הרה"ק מהר"ם מפשעוורסק שהכוונה לשם המסוגל לשמירה בדרך שהוא שם יוה"ך והוא ר"ח יחיד ורבים הלכה כרבים ע"ש.

למעשה ביי אונז אין ירושלמי שטייט עס ניט, אבער אזוי האבען זיך נוהג געווען גדולי ישראל אין ווי מען דערציילט אז אזוי האט זיך די ווילנא גאון געפירט ווען ער האט זיך געזונגענט פון זיינע תלמידים פלעגט ער זאגען די הלכה י'חיד ו'רבים ה'לכה ב'רבים און געזאגט אז עס מרומז אין די ר"ת די שם פון שמירת הדרך, און קען זיין אז לויט די גירסא פונעם תוספתא אלא מתוך דיבור חכמה, מיינט עס די חכמה פון מרמז זיין אין די דבר הלכה די שם פון שמירת הדרך האט מען יוצא געווען ביידע סיי דבר הלכה און סיי שמירת הדרך.

אין די ספר קובץ ישורון (קובץ ו' עמ' ב) ברענגט צו אז ווען זיין תלמיד די גרויסע גאון ר' חיים וואלאזין זצ"ל האט געהערט די פשט פון זיין גרויסען רבין, האט ער פארטייטשט די פסוק פון היינטיקען וואך ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה, זאגט שוין רש"י במקום שהוצרך למ"ד מתחילתה הטול ה' בסופה קומט אויס אז עס ווארט געקענט שטיין ויצא יעקב מבאר שבע לחרן זיינען די אותיות וי"ך פון וילך איבעריג [אבער די למ"ד דארף מען דאך פאר לחרן] און אויך די ה' פון חרנה, נאר די זיינען די אותיות יוה"ך פון שמירת הדרך, מרמז צו זיין אז די שם הקדוש האט באגלייט יעקב אבינו אין זיינע וועג.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר