סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

אם אין דעת הבדלה מנין / הרב פנחס וויליגער

עירובין יט ע"א

 

מסכת עירובין (דף י"ט ע"א) רשעים על פתחו של גיהנם אינם חוזרין בתשובה די קלויזנבורג רבי הרה"ק ר' יקותיאל יהודה הלברשטאם זצוקל"ה האט איבער געזאגט אין נאמען פון זיין זיידע הרה"צ ר' ברוך גארליץ זי"ע פשט אין די גמרא אזוי, עס ווערט געברענגט אז צדיקים נאך זיי שטארבען פירט מען זיי דורך די גיהנם אין די צדיקים נעמעמן ארויס די נשמות פון די רשעים פונעם גיהנם און אזוי פארציילט מען אז פאר די ב"ח איז נסתלק געווארען פערציג טעג ביפאר דעם הטא מען אנגעהויבען אפצוקולען די אש הגיהנם כדי די גרויסע צדקי די ב"ח זאל קענען אדורך גיין די גיהנם, אין ווען די ב"ח איז אדורך האט ער ארויסגענומען די רשעים פון גיהנם.

האט די גארליץ רבי פארטייטש אונזער גמרא אז די רשעים וואס אויף די עוה"ז טראכטען זיי אז זיי זענען צדיקים איז ווען זיי שטארבען און מען פירט זיי לעבען די פתח בגיהנם טראכטען זיי מיט זייער גאווה באזוך אז מען פירט צו גיהנם כדי אז זיי זאלען קענען ארויס שלעפען די נשמות הרשעים פון גיהנם, דאס מיינט רשעים אפילו על פתחי של גיהנם אינם חוזרין בתשובה עכ"ל. [אינטערסאנט איז אז די ערבי נחל אין פרשת פנחס ברענגט די זעלבע פשט און נאמען פונעם מהרש"א עיי"ש (אבער ביי אונז אין מהרש"א שטייט דאס ניט)].
 

ריב"ז ווייסט ניט ווי אהין ער גייט

די רשע רעדט זיך איין אז ער איז א צדיק אפילו אויף יענער וועלט, אין צדיקים אפילו אויף די וועלט מיינען זיי אז זיי זענען רשעים, אין ווי די גמרא פארציילט אין מסכת ברכות (דף כ"ח ע"ב) וכשחלה רבי יוחנן בן זכאי נכנסו תלמידיו לבקרו כיון שראה אותם התחיל לבכות אמרו לו תלמידיו נר ישראל עמוד הימיני פטיש החזק מפני מה אתה בוכה אמר להם אילו לפני מלך בשר ודם היו מוליכין אותי שהיום כאן ומחר בקבר שאם כועס עלי אין כעסו כעס עולם ואם אוסרני אין איסורו איסור עולם ואם ממיתני אין מיתתו מיתת עולם ואני יכול לפייסו בדברים ולשחדו בממון אעפ"כ הייתי בוכה ועכשיו שמוליכים אותי לפני ממ"ה הקב"ה שהוא חי וקיים לעולם ולעולמי עולמים שאם כועס עלי כעסו כעס עולם ואם אוסרני איסורו איסור עולם ואם ממיתני מיתתו מיתת עולם ואיני יכול לפייסו בדברים ולא לשחדו בממון ולא עוד אלא שיש לפני שני דרכים אחת של גן עדן ואחת של גיהנם ואיני יודע באיזו מוליכים אותי ולא אבכה.
 

די בת קול

הערט די גרויסע תנא ר' יוחנן בן זכאי זאגט ואיני יודע באיזו דרך מוליכים אותי עס איז דא נאך א גמרא וועגן ר' יוחנן בן זכאי אין מסכת חגיגה (דף י"ד ע"ב) פארציילט וכשנאמרו הדברים לפני ר' יהושע היה הוא ורבי יוסי הכהן מהלכים בדרך אמרו אף אנו נדרוש במעשה מרכבה פתח ר' יהושע ודרש ואותו היום תקופת תמוז היה נתקשרו שמים בעבים ונראה כמין קשת בענן והיו מלאכי השרת מתקבצין ובאין לשמוע כבני אדם שמתקבצין ובאין לראות במזמוטי חתן וכלה הלך רבי יוסי הכהן וסיפר דברים לפני רבי יוחנן בן זכאי ואמר אשריכם ואשרי יולדתכם אשרי עיני שכך ראו ואף אני ואתם בחלומי מסובין היינו על הר סיני ונתנה עלינו בת קול מן השמים עלו לכאן עלו לכאן טרקלין גדולים ומצעות נאות מוצעות לכם אתם ותלמידיכם ותלמידי תלמידיכם מזומנין לכת שלישית ע"כ. איז ר' יעקב עמדין אין זיין הגהות שרייבט ואעפ"כ דואג היה בשעת מיתתו וכו' בכה ואמר שאינו יודע באיזו דרך מוליכים אותי עיי"ש, הערט אין שרוינט ריב"ז הערט א בת קול מן השמים אז זיי זענען מזומנין לכת שלישית אין ווי רש"י פאטייטש של כיתות היושבות לפני השכינה, אין פונדסטוועגען בכה ואמר איני יודע באיזו דרך מוליכים אותי.
 

די סטייפלער איז געווען א מבין

אל תאמין בעצמך עד יום מותך און א וודאי זיך ניט איינרעדען אז ער איז אליין פון די בני עלייה ווען ער האלט נאך זייער ווייט פון די סארט מדרגות, איך דערמאן זיך א מעשה אז איינער וואס איז קראנק געווארען ל"ע מיט א גוויסע מחלה וואס די דאקטער האט גהייסען אז ער מיז דורכגיין אן אפרצי"ע כדי דאס צו פארהיילען, האט די פארציענט געזאגט ער וויל ניט דורכגיין די אפארציע ער האט בטחון אין באשעפער אין די באשעפער וועט עס שוין אויסהיילען, ווען מען האט דאס פארציילט פאר'ן סטייפלער גאון די בעל קהילות יעקב, האט ער דאס אוועקגעמאכט זאגענדיג ער איז ניט קיין בעל בטחון ער איז נאר א פחד'ן, יא רבותי כדי א מענטש זאל וויסען צו ער איז פין ר' יו חנן בן זכאי'ס חסידים אדער ער איז אין די גדר פון רשעים אפי' על פתחי של גיהנם אינן חוזרין בתשובה אויף דעם זאגט מען די כלל אם אין דעת הבדלה מנין.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר