סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

אליהו הנביא אין וואדרודש? / הרב פנחס וויליגער

עירובין מג ע"ב

 

מסכת עירובין (דף מ"ג ע"ב) תא שמע הריני נזיר ביום שבן דוד בא מותר לשתות יין בשבתות ובימים טובים ואסור לשתות יין כל ימות החול אי אמרת בשלמא יש תחומין היינו דבשבתות ובימים טובים מותר, אלא אי אמרת אין תחומין בשבתות ובימים טובים אמאי מותר, שאני התם דאמר קרא הנה אנכי שולח לכם את אליהו הנביא וגו' והא לא אתא אליהו מאתמול, אי הכי בחול כל יומא ויומא נמי לישתרי דהא לא אתא אליהו מאתמול אלא אמרינן לבית דין הגדול אתא הכא נמי לימא לבית דין הגדול אתא כבר מובטח להן לישראל שאין אליהו בא לא בערבי שבתות ולא בערבי ימים טובים מפני הטורח.

ר' יעקב עמדין אין זיין סידור בתפילת מנחה ברענגט צו פון די לקוטי פרדס למה אומרים בשבת במנחה ואני תפלתי, בשביל שצרה אחרונה בעקבי הקץ כו' ויום השבת יהיה, וכל היום תהיה הצרה עד עת המנחה, ואז ישראל נענין במנחה, ומיד יבא משיח הה"ד בעת רצון עניתך, וכתב הריעב"ץ שם דאין הכוונה שיבא המשיח בשבת, אלא במוצאי שבת, ואליהו יבא בשבת בממנחה לבשר דאחר הסעודה יכול הוא לבא.

איך וויל דא דערציילן א מעשה שהיה וואס האט מיר פארציילט איינער וואס האט בייגעווינט די מעשה, הרב ישראל צבי גאדמאן שליט"א די רב פון די בית המדרש אין וואדרידש פארציילט מיר אין א געשפרעך וואס מיר האבען געהאט דורכען טעלפאן אז פאר די לעצטע צוואנציג יאר איז געווען א מנין דריי הונדרעט און פינף און זעכציג טעג א יאר לכל הפחות אויף איין תפילה א טאג, פאר בערך צוואנציג יאר צוריק ווען מען האט זיך געוואלט שטעלען דאווענען מוצש"ק סליחות איינס אזייגער באמערקט מען אז עס איז נאר געקומען ניין מענטשען אין שוהל די צענטע איז ניט אנגעקומען, וואס טוט מען מען ווארט נאך פינף מינוט נאך פינף מינוט אין קול ואין עונה וואדרידש געסעלעך איז שטיל מען זעהט ניט קיין קארס, מען הערט ניט קיין מוק, בלויז די בלעטלעך פון די ביימער געבט ארויס איר ברים, צוואנציג נאך איינס די עולם איז שוין געשטאנען ביי טיר אויף אהיים צו גיין. פלוצלינג זעהן מיר צוויי מענטשען אין א רויטע פיקאפ טראק קומט צו צום בית המדרש איינער פון זיי מאכט אויף זיין פענסטער און שרייט ארויס מען האט שוין געזאגט סליחות, האט עם הרב גאדמאן גענטפערט ניין מען ווארט אויף אייך, איז דער פארשוין ארויס פון זיין טראק אנגעטוהן אזוי ווי א COWBOY מיט הויכע שטיוועל און מיטען גרויסע ברוינע היט האט אים הרב גאדמאן געזאגט הייס דיין חבר דעם דרייווער ער זאל אויך אריינקומען דאווענען מיט מנין, האט ער אים געזאגט אז זיין חבר איז ניט קיין יוד בכלל א יעדער האט זיך געפרייט ב"ה מען האט מנין און מען האט זיך געשטעלט דאווענען אשרי ווען מען האט גענדיגט סליחות האט די עולם געוואלט צו גיין צו דעם גאסט אנגעטוהן ווי א COWBOY אבער והילד איינו מען האט אים שוין ניט געזעהן נעלם געווארן עד היום ווייסט מען ניט ווער דאס איז געוועזען קען גאר זיין אליהו הנביא אליין, האב איך געזאגט פאר הרב גאדמאן שליט"א אז קען גאר זיין ניבא ולא ידע מאי ניבא, אז ווען אליהו הנביא האט געפרעגט צו מען האט שוין געזאגט סליחות האט ער געמיינט צו די יודען האבען שוין געטוהן תשובה, אויב מען וועט תשובה טוהן וועט ער גלייך קומען, און דאס וואס איר האט גענטפערט מען ווארט פאר אייך אז מיר ווארטען אז עס זאל זיין השיבנו ה' אליך און דערנאך ונשובה, זאלען מיר אלע זוכה זיין צו די חדש ימינו כקדם אמן.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר