סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

פארוואס רופט מען דאס ש"ס תלמוד / הרב פנחס וויליגער

שבת פג ע"ב

 

פארוואס רופט מען דאס ש"ס תלמוד

מסכת שבת (דף פ"ג ע"ב) אמר ריש לקיש אין דברי תורה מתקיימין אלא במי שממית עצמו עליה שנא' זאת התורה אדם כי ימות באהל אניטרעסאנט איז אז דעם גמרא וועלען מיר לערנען זונטאג שבעה עשר בתמוז, פונעם גערער רבי די אמרי אמת האב איך געזעהן שרייבט אופן משנה אין פרק אבות (ב י"ט) רבי אליעזר אומר הוי שקוד ללמוד תורה, די ווארט הוי איז בגימטריא כ"א דאס זענען די איין אין צוואנציג טעג פון שבעה עשר בתמוז ביז תשעה באב וואב ליגט א ספעציעלע פליכט אויף יעדערער צו מוסיף זיין אין שקידת און לימוד התורה דווקא אין די דריי וואכען פון בין המצרים.
 

די הייליגע חת"ם סופר

מען קען מסביר זיין אז דער ענין וואס ריש לקיש האט געזעאגט אין דברי תורה מתקיים אלא במי שממית עצמו עליה גייט ארויף אויף חזרה איבער לערענען די זעלבע גמרא די זעלבע דף ביינאכט, וואס מען האט געלערענט אינדערפרי, וואס דאס קומט אן זייער שווער ווי די גמרא זאגט קשה עתוקי מחדתי אין טאקע ריש לקיש לשטתיה ווי די גמרא דערציילט אין מס' תענית (דף ח' ע"א) אז ריש לקיש הוה מסדר מתני' ארבעין זמנין כנגד מ' יום שניתנה תורה, זעהט מען אז ריש לקיש האט כסדר געחזרט דערפאר זאגט ער אין דברי תורה מתקיימין אלא במי שממית עצמו עליה.
 

ריש לקיש לשיטתיה

די חת"ם סופר שרייבט אין חידושי חת"ס א וואונדערליכע טעם פארוואס מען רופט אן די משניות משנה, אין די גמרא תלמוד, ווייל די גמרא זאגט אין מסכת תענית (דף ח' ע"א) דריש לקיש הוה מסדר מתני' ארבעין זמנין כנגד מ' יום שניתנה תורה אז ריש לקיש האט איבער געחזר'ט זיין משניות פערציג מאל כדי ער זאל עס ניט פארגעסען דערפאר שרייבט די חת"ס הייסט עס משנה וואס איז נוט' מ' שנה אז מען דארף איבערחזר'ן די משניות פערציג מאל.
 

געלעבט אין בבל

אין מסכת עירובין (דף נ"ד ע"ב) פארציילט די גמרא די באקאנטע מעשה אז ר' פרידא האט געהאט א תלמוד וואס ער האט איבער געלערנט די גמרא פיר הונדערט מאל, דערפאר שרייבט די חת"ס רופט מען די גמרא תלמוד וואס איז נוט' ת' למוד אז מען דארף דאס איבערחזר'ן פיר הונדערט מאל, מען קען אפשר צולייגען צו דעם, אז עס שטייט ביי יעקב אבינו ויעקב איש "תם" יושב אוהלים די אותיות ת'מ' איז מרומז אויף פיר הונדערט מאל חזר'ן גמרא און די מ' אויף פערציג מאל חזר'ן די משניות און אזוי אויך ושננ"תם" ולמד"תם" אז אלע לימודים דארף מען איבער חזר'ן אין די ענין פון חזרה איז געווען צובארווינדרען צו זעהן ווי מיין גרויסע רבין הרב הגאון רבי פנחס הירשפרונג זצ"ל וואס האט געקענט גאנץ ש"ס רש"י תוס' ישר והפך אויפן לשון, האט אלץ כסדר גע'חזר'ט אין נאכאמאל געחזרט, ניט קיין ווינדער ווען מען האט ביי אים געפרעגט ווי ער וואוינט, פלעגט ער ענטפערן אין בבל, ווייל ער האט טאקע געלעבט אין תלמוד בבלי און טאקע ביי די חזרה דארט ווייסט זיך ארויס אויף וויפיל אהבת התורה, מען האט און אויפוויפיל עס זעהט אויס זיין תורה לשמה.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר