סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

לכשיבנה בית המקדש אביא חטאת שמנה / הרב פנחס וויליגער

שבת יב ע"ב

 

וואס איז די חטאת שמינה?

מסכת שבת (דף י"ב ע"ב) א"ר ישמעאל בן אלישע אני אקרא ולא אטה פעם אחד קרא ובקש להטות אמר כמה גדולים דברי חכמים שהיו אומרים לא יקרא לאור הנר ר' נתן אומר קרא והטה וכתב על פנקסו אני ישמעאל בן אלישע קריתי והטיתי נר בשבת לכשיבנה בית המקדש אביא חטאת שמנה.
 

א פלא'דיגען ר"ן

איז דא פארהאן א זייער אינטרסנטע חידושי הר"ן דא אופן ארט ווי ער פארטייטש וואס איז דאס א חטאת שמינה, זהו קרבן עולה ויורד, איז שווער צופערשטיין מיר ווייסען אז אויף חילול שבת ברענגט מען א קרבן חטאת ניט קיין קרבן עולה ויורד.
 

א קרבן עולה ויורד

וועל איך יעצט צוברענגען א פשט וואס איך האב געדרוקט אין די קונטרס אויף מסכת הוריות וואס איז צוזאמען געשטעלט חידושים וואס הרב הגאון ר' פנחס הירשפרונג זצ"ל האט געזאגט בשעת'ן שיעור. האט די רבי געזאגט א דבר נפלא, עס איז פארהאן א ט"ז אין יו"ד הל' שחיטה (סי' ב' ס"ק ו') וואס שרייבט אז ווען א מענטש האט עובר געווען אן עבירה האט ער אויך עובר געווען אויף א שבועה פון כבר מושבע ועומד מהר סיני, פרעגען די מפרשים אז עס איז דא א הלכה אז אויב א מענטש איז עובר אויף א שבועה דארף ער ברענגען א קרבן עולה ויורד, נו אויב אזוי קומט אויס אז ווען א מענטש איז עובר אן עבירה האט ער עובר געווען אויף א שבועה וויבאלד כבר נשבע ועומד מהר סיני איז מיט א יעדען קרבן חטאת וואס א מענטש ברענגט דארף ער אויך ברענגען א קרבן עולה ויורד, ענטפערט די מפרשים אז וויבאלד ביי מתן תורה איז געווען די שבועה באונס, איז אויף שבועה באונס קען מען ניט מחייב זיין א קרבן עולה ויורד.
 

די גאונ'ישע פשט

האט הרב הירשפרונג אויסגעפירט בדרך פלפול אז לויט דעם קומט אויס אז שבת וואס במרה נצטוו איז די שבועה פון מושבע ועומר על הר סיני לגבי שבת געווען א שבועה ברצון וואלט געדארפט אויסקומען לויטן ט"ז אז אויף חילול שבת דארף מען ברענגען א קרבן עולה ויורד דערפאר שרייבט די ר"ן אז דאס וואס ר' ישמעאל בן אלישע האט געשריבען על פנקסי לכשיבנה בית המקדש אבוא חטאת שמנה זהו קרבן עולה ויורד הפלא ופלא.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר